איך וועל לעבן
בס"ד צו די חשובע ליינער אויפן פארלאנג פון שרה רבקה תחי' איינע פון די איבערלעברנ'ס טעכטער האב איך זיך גענוממען איבערצוזעצן דעם בוך פון די חשובע פרוי עדיט דאווידאוויץ ע"ה.
ווען איך האב אנגעהויבן צו שרייבן האט נאך די גרויסע העלדן געלעבט אבער אינצווישן איז זי פלוצלינג אוועק מיט א מיתה נשיקה, זי האט זיך פשוט נישט אויפגעוועקט אינדערפרי זכותה תגן עלינו ועל כל ישראל.
מיר זענען געווען גוטע פריינד פון משפחת דאווידאוויטש און שטערן, מיין טאטע ז"ל הרב ר' יחיאל מיכל רייז איז אנגעקומען פון ירושלים עיה"ק קיין פאריז אין 1954 ווייל מען האט געדארפט האבן אין פאריז אזא ערליכער איד ווי מיין טאטע ז"ל פאר א שוחט.
דער מארגארעטנער רב הרב קליינמאן האט יענע יאהרן געוואוינט אין פאריז און איז אריבערגעקומען קיין ירושלים אויפזוכן מיין טאטן ז"ל וועמען ער האט נאך געקענט פון פאר די מלחמה און אים משכנע געוועהן צו קוממען קיין פאריז זיין שוחט, 2 יאהר שפעטער איז מיין חשובע מאמע ע"ה נאכגעקןממען מיט די 5 קינדער וואס זענען ביז דאן געווען געבוירן .
אין פאריז האבבן מיינע חשובע עלטערן געהאט אזא שטוב ווי אין ירושלים, א חסידישע שטוב, אן הכנסת אורחים שטוב פאר רבנים און משולחים וואס פלעגן קוממען פון ארץ ישראל, דאס איז געוועהן אונזער הויז...
איך געדענק הרב שטערן אין אונזער הויז ווען איך בין געוועהן א ינג מיידל, ער האט דערציילט פאר מיין טאטן ז"ל: "ווען איך בין געקוממען קיין פאריז האב איך פארמאכט די לאדנס און געזאגט פאר די קינדער : קינדערלעך דא ביי אונז איז מען נישט אין פאריז "!!! ער האט טאקע אויפגעשטעלט דורות ישרים ומבורכים מכל צאצאיו.
די שרייבערן פון דעם בוך האט געדאוונט אין אונזער ביהמ"ד, די יאהרן וואס זיי האבבן געוואוינט אין אונזער געגנט אזוי אז איך האב איר גוט געקענט, איר מאן וואס איז געוועהן מיין טאטן ע"ה א ידיד און די קינדער. זי איז געוועהן זייער א נאבעלע פרוי, אלעמאל איז זי געוועהן מיט א שמייכל און זייער שיין ערצויגן אירע קינדער בדרך התורה.
זי זאל זיין א גוטע בעטערין אין מיר זאללן אללע זוכה זיין צו ביאת גואל צדק במהרה בימנו אמן! נ.ב. זייער טאכטער שרה רבקה זאגט שטענדיג " דיינע עלטערן זענען געווען די זוילן פון פאריז" ! פריידא פריעדמאן – רייז
פארווארט די באן נוממער 72 איז ארויסגעפארן פון פאריזער באן סטאציאן -גאר דע לעסט אין דעם גורל'דיגן טאג 19 אפריל 1944, אין דעם באן זענען געווארן אריינגעשטופט 1004 מענטשן צו פארן קיין אוישוויץ: 398 מענער, 606 פרויען און 174 קינדער אונטער 18 יאהר אלט.
אבער אנגעקוממען לעבעדיג קיין אוישוויץ זענען בלויז 48 מענער און 52 פרויען וואס דאקטער מענגעלע ימח שמו האט גלייך געשיקט צום קרעמאטאריום. עס זענען געוועהן וואס האבן געקעמפט מיט גרויס העלדישקייט ! פון 1004 מענטשן וואס מען האט אוועקגעפירט זענען בלויז 37 צוריק געקוממען, פון זיי 25 פרויען וואס האבן בדרך נס איבערגעלעבט און איך בין איינע פון זיי...
ווער בין איך ??? וואס בין איך ???דאס זענען פראגן וואס איך פרעג מיר כסדר איבער ,דיא פראגן האבן מיר געפלאגט מער וויא 60 יאהר און איך שטעל זיך פאר אז זיי וועללין מיר ווייטער באפאללין די רעשט פון מיינע לעבנסטעג . איך בין עדיט דאווידאוויצי, איך בין נוממער 80661 און יא, איך בין א קריגס איבערלעבער. וויאזוי קען איך זיך אנדערש פארשטעללין ?
איך בין איינע וואס האט איבערגעלעבט דעם גיהנם אויף דיא וועלט, וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעללין. יא, בחסדי ה' האב איך איבערגעלעבט דעם גיהנום וואס האט אומגעברענגט איבער זעקס מילליאן פון אונזער אידישע פאלק. איך האב איבערגעלעבט צו קענען דערציילן די מעשה, און דערציילן מיז איך די מעשה.
יאהרן זענען שוין פאראיבער זייט די צווייטע וועלט מלחמה, לענדער און לאנדשאפטן האבן זיך געטוישט, גרעניצן און בירגערשאפטן זענען שטארק פארענדערט געווארן, די טעכנישע וועלט האט זיך אנטוויקלט איבער אונזערע פאנטאזיעס.
אנדערע מלחמות און שלאכטן האבבן ערשיינען אויף די צענע פון די וועלט אבער די שרעקליכע און ערגסטע צרות וואס זענען באפאללין אונזער פאלק אין די צייט פון די צווייטע וועלטסקריג, די פערזענליכע וואונדעס און שרעקעדיגע חלומות וואס איך אליין האב איבערגעלעבט, דאס האט זיך נישט גענצליך אויסגעהיילט, ניין קיינמאל !!!!
טראץ דעם וואס מיינע זכרונות קענען נישט פארנעממען דאס אומגליקליכע פארניכטונג וואס די איירופעאישע אידן האבבן מיטגעמאכט דיא ביטטערע יאהרן פון דיא קריגס מאשין, דאס איז א פינסטערע שאטן וואס הענגט מיט שולדגעפילן איבער די מענטשהייט.
וואס איך בין אדוירך אין די קריג'ס יאהרן, אין די לאגערן אלץ א דעפארטירטע, אללע מיינע ליידן און פחדים, אללעס איז לעבעדיג טיף אין מיר.
ס'איז נישט קיין אונטערשייד וויא שיין מיר זעען אויס, דיא וואס האבן נישט איבערלעבט דעם שרעקליכן גיהנום קענען דאס נישט ריכטיג פארשטיין, נאר די איבערלעבערס ווייסן, נאר זיי און קיין אנדערער נישט.מיר האבן געלעבט דאס אומדערציילבאר.... מיר האבבן געלעבט און מיר לעבן ווייטער דוירך די ליידן, אונז קענען יעדן טאג זאגן: "זכור את אשר עשה לך עמלק "!
וואס זיין ציל איז געוועהן אונז צו פארניכטן. די דרויסנדיגע מיט אללע גוטע כוונות קענען נישט אנפאנגען צו באגרייפן וואס אוישוויץ האט סימבאליזירט : נישט עפעס אנדערש וויא היטלער'ס י"ש מאשין צו פארניכטן דעם כלל ישראל עד הסוף ח"ו , ער האט געוואלט אפווישן דאס גאנצע אידישע אידענטיטעט, זיין שפראך, זיין קולטור און זיין שיינקייט.
האט דערגרייכט העכער די הויכע הימלען פון די שענסטע און חשובסטע מלאכים, און
געגנזייטיג : דער מענטש איז געווארן דערנידערט און באגרעניצט נידעריגער וויא אלע חיות. דא האט דער אידישער גייסט געהערשט און איבערגעלעבט. איך האלט אז ס'איז וויכטיג צו געבן צו פארשטיין פארוואס אזויפיל איבערלעבער זענען געבליבן שטיל אזוי לאנג, שווייגן איז געוועהן ביי מאנכע אזוי וויא רעדן. איז עס דען געוועהן מעגליך צו באשרייבן דאס אוממעגליכע ???
פראביר אמאל צו לייגן אין ווערטער אזא שוידערליכע זאך וואס מען קען נישט דערציילן !!! ווערטער זענען אוממעטיג און אומבאלימפעט , זיי געבן נישט איבער די ריכטיגע בילד, אין ווערטער פארלירט זיך א חלק פון די געשעעניש, די שרעקליכע שלאפלאזע נעכט און בקיצור דעם גיהנום.
אזוי וןיא איך האב ב"ה מצליח געוועהן צוריק צו בויען מיין לעבן נאך די מלחמה , האב איך געקעמפט די פארגאנגענהייט נישט צו וועלן דערציילן אדער באשרייבן מיינע שרעקליכע איבערלעבענישן. איך האב געקעמפט, איך בין געוועהן ענטשלאסן, איך האב זיך געשלאגן נישט צו טוהן וואס עס דארף געטוהן ווערן.
עס האט גענוממען באלד 40 יאהר פון שטיל שווייגן איך האב צוזאממען גענוממען מיינע כוחות און מיין באשלוס וואס זענען געוועהן נויטיג צו באזוכן די ביטערע זכרונות , צוריק צוזאמענשטעלן די פארגאנגענהייט וואס איך האב אזוי שטארק געוואלט דערווייטערן פון מיין געדאנק אבער זענען שטענדיג געבליבן מיט מיר.
איך האב געפילט אז אבשרייבן מיינע איבערלעבענישן איז נייטיג פארן צוקונפט און דאס האט געדארפט ווערן געטוהן דוירך מיר און נאר דוירך מיר אליין . אין די לעצטע אנאליז האב איךבאשלאסן אז ווערטער זענען די בעסטע מיטל צו פאראייביגן מיין געשיכטע. וויסנדיג אז איך בין און וועל שטענדיג זיין אן עדות צו די מלחמה איבערלעבערס , איז מיין געשיכטע געווארן א חלק פון מיר .
ס'איז מיין רעכט .דעראיבער קען איך נישט שטיל בלייבן, איך בין געצוואונגן צו פארשפרייטן מיין געשיכטע אז יעדער זאל עס הערן.
אין צוגאב, די עדות פון די איבערלעבער זענען היינטיגע טאג נייטיגער וויא ביז היינט , ס'איז דא אפאר אורזאכן דערצו : די וואס האבן איבערגעלעבט ווערן ווייניגער און ווייניגער , די היינטיגע דורות ווערן מיד פון הערן רעדן איבער די קריג , די יאהרן לויפן און און מען קען זיך נישט פארשטעללן וויפיל מענטשן לייקענען די גאנצע מלחמה.
די חוצפה צו באגעגענען אזעלכע מענטשן גיבט נאר צו די עגמת נפש און פייניגונג. די מעסעדזש פונעם קריג צום מענטשהייט אין די אידישע וועלט קען נישט זיין פארהוילט, די איבערלעבערס קענען נישט מער שווייגן ווייל זיי זענען די לעבעדיגע עדות צו דיא געשיכטע.נאר זיי קענען רעדן וועגן דעם און זיי מיזן רעדן וועגן דעם. אזעלכע זכרונות דערמאנען טראגישע געפילן און נצחון.
טראגעדיע איבער די רציחות וואס האבבן געצילט אונזער אידישער פאלק ישראל און דאס איבערלעבונג פון אונזער אויסדערוועלטע פאלק האבבן שולדגעפילן און פארלוירנקייט, אבער אויך מוט, קוראז און אמונה אין באשעפער וואס האט זיי געגעבן די זכות צו איבערלעבן. איך קוק נישט אויף מיר וויא אויף א העלד נאר אויף אן איבערלעבער וואס לעבט ווי א איד דארף צו לעבן.
ס'איז שרעקעדיג צו זעהן ווי שנעל די צייט לויפט, די זייגער דרייט זיך ווייטער און ווייטער אזוי אז עס איז וויכטיג צו פאראייביגן די רציחות אנטקעגן אונזער פאלק. פון מיין זייט אללעס וואס איך קען טוהן איז צו פראבירן צו דערציילן ווי ווייט מעגליך מיינע זכרונות.
צוליב דעם האב איך זיך אראפגעזעצט שרייבן, אלץ א פליכט מקיים צו זיין וואס עס שטייט אין די תורה: "זכור את אשר עשה לך עמלק...לא תשכח" (דברים כה יז-יט)
קאפיטל 1 פארן שטורעם איך בין געבוירן אין א קליין שטעטל אין אונגארן מיטן נאממען נירעגסאז צו מיינע עלטערן הרב יודא לייביש און רייצל שטערן. זיי האבבן מיר גערופן עדיט, דאך פלעגט מיין טאטע ע"ה מיר ליבערש רופן מיט מיין אידישע נאממען גיטל.
מיין טאטע הרב ר' יודא לייביש ז"ל האט געשטאמט פון טשעכיי, מיין מאמע א געבוירענע "שלעזינגער" האט געשטאמט פונם בארימטן צדיק ר' עקיבא אייגער ז"ל. איך בין געוועהן די יינגסטע פון אונזער משפחה, מיין ברודער (מאריס) איז געוועהן דער בכור און איך האב נאך געהאט 2 שוועסטערס : מאדלען און אלגא.
פון אונגארן געדענק איך נישט אסך ווייל מיר האבן זיך באזעצט אין פראנקרייך ווען איך בין געוועהן קוים 3 יאהר אלטאין 1927. לכתחילה האבבן מיינע עלטערן ז"ל געפלאנט זיך צו באזעצן אין ריא דע זאנערו, אין בראזיל.
אללעס איז שוין געוועהן געפלאנט, מיין טאטע ז"ל האט געדארפט פארן ערשט, זיי האבבן שוין געהאט געדינגן א דירה און גענוממען א שפייזע געשעפט פון וועלכע מיין מאמע ע"ה האט געדארפט צוען איר פרנסה. אבער ווען מיר זענען אנגעקוממען קיין פאריזפון ווי מיר האבן געדארפט פארן ווייטער, זענען מיר געוועהן איבערראשט צו זיין אבגעווארט פון מיין טאטעז"ל. וואס טוסטו דא?
פרעגט מיין מאמע. מיין טאטע האט דערציילט אז ער איז קראנק געווארן פון מאלאריאאון די דאקטוירים האבבן אים אבגערעדט פון צו פארן קיין בראזיל ווייל אזא מיטלעלטער מענטש פון איירופה האט נישט פיל אויסזיכטן געזינט צו ווערן אין דרום אמעריקע. דעריבער האט מיין טאטע מבטל געוועהן דעם פלאן.
הרב ר' יודא לייביש שטערן האט געוואלט צוריקפארן קיין אונגארן צוליבן מאנגל אין ריכטיגן חרדישן חינוך אין פאריז, אבער מיין מאמע ע"ה האט דערפון בשום אויפן נישט געוואלט הערן ווייל די דייטשע אנטיסמיטיזם איז געווועהן מער פארשפרייט אין מזרח אירופה און אזוי זענען אונז געבליבן אין פאריז. אונז האבן ערשט געוואוינט אין א דירה נישט ווייט פון דעם אנטיק מארק.
די לעבן אין פאריז ריז זייער שווער געוועהן: כשר עסן איז נישט געוועהן צו באקוממען און צו זיין א פרומער איד איז געוועהן זייער שווער. יעדן טאג פלעגן מיר גיין אין מארק קויפן מילך און ברויט, ווען מיר האבבן אמאל געקויפט אן עוף האט מען געברויכט אהיימרופן דעם שוחט און לאזן שחט'ן דעם עוף.
מיין מאמע ע"ה איז געוועהן א פרוי מיט א שטארקן כאראקטער, א ריכטיגע אשת חיל. זי האט אריינגעברענגט די פרנסה אין שטוב, בכדי צו קענען אויסקוממען פלעגט זי אין אנפאנג פאררעכטן די פערסישע טאפייטן וואס האבבן באפוצט די סאלאנען פון פיעל דירות.
דאס פלעגט זיין זייער א שווערע ארבעט, זי פלעגט זיצן לאנגע שעות צו פאררעכטן און רייניגן די טאפייטן, ס'איז געוועהן א עכטע פאך. איר ארבעט האט איר געהאלטן אין א גוטע מוט, שפעטער האט זי אליין געעפענט א שיינע קליידער געשעפט וואס האט געברענגט פרנסה פאר די משפחה.
זי האט אונז מחנך געוועהן און אונז אויסגעלערנט וויאזוי זיך אויפצופירן מיט די וועלט ארום אונזאין גוטע זיטן. מיין ברודער און מיינע צוויי שוועסטערס האבבן אללע געארבעט אין געשעפט צו מאכן
מאדעלן מיט שטאםן און שפיץ, אויך היטן פלעגן זיי מאכן. מייו טאטע הרב ר' יודא לייביש ז"ל האט זיך שנעל אויסגעלערנט פראנצויזיש, מיין הייליגער פאטער פלעגט רוב שעות פון טאג זיצן און לערנען און פון צייט צו צייט פלעגט ער לערנען מיט אנדערע.
מיין טאטע איז געוועהן א פערזענליכקייט, ער איז געוועהן זייער אבגעהיטן און שטרענג אין יעדע הלכה, אין שטוב האט ער אונז מגדל געוועהן און מחנך געוועהן מיר זאלן זיין ערליך און פרום און מדקדק זיין אין יעדע מצווה קלה וחמורה, זיין הדרכה און השקפה האט מיר באגלייט שפעטערע יאהרן.
ביי די ענדע פון די 0391'ער יאהרן זענען מיינע עלטערן שוין געוועהן איינגעלעבט אין פאריזער לעבן, מיין טאטע איז געווארן חזן אין די רו קאדעע שוהל זייענדיג א ידיד פון הרב אלי מונק ז"ל, דער רב. אביסל שפעטער האט אן אונגארישער דעלעגאציע פארגעשלאגן מיין טאטע ז"ל צו ןןערן זייער רב אין רש"י שוהל, דערפאר ווייל ער האט גוט גערעדט אונגאריש.
די שוהל מתפללים זענען געוועהן צוזאמגעשטעלט פון אונגארישע און פוילישע אידן, די פוילישע זענען געוועהן די פרומערע וואס האבן געדאוונט מיט מנין און די אונגארישע זענען געוועהן די פארמעגליכע וועלכע האבן אויסגעהאלטן די שוהל.
וויל די אונגארישע זענען בדרך כלל נישט געוועהן אזוי פרום, האט מיין טאטע ז"ל נישט געהאט קיין חשק אנצונעממן דעם פאסטן, אבער נאך פיל פארהאנדלונגען האט מיין טאטע ז"ל דאך אנגענוממען דעם כסא הרבנות פון רשי שוהל.
זייענדיג א גרויסער תלמיד חכם און א גרויסער קענער אין וועלט זאכן האט ער געקענט זאגן אמאל א גלייכווערטל, דערציילן מעשיות אדער מאכן א וויץ און מיט א ווינק אין זיין אויג איז ער געוועהן באליבט און געערט ביי יעדן ןןאס האט אים געקענט.
זיין אויפגאבע אין די שוהל איז נישט גרינג געוועהן, ער האט שטענדיג געדארפט זעהן אז די אונגארישע און פוילישע מתפללים זאללן זיך פארטראגן. אין אמת'ן האט ער קיינמאל נישט געהאט קיין רוהיגע מינוט.
קאפיטל 2 די צווייטע וועלטסקריג ברעכט אויס די ערשטע סעפטעמבער 1939 איז אויסגעבראכן די צווייטע וועלטסקריג ווען דייטשלאנד האט אריינמארשירט קיין פוילן. זיי האבן זיך שרעקליך שנעל צושפרייט איבער גאנץ איירופה. ווען עס האט זיך צושפרייט די ידיעה אז היטלער גרייט זיך איינצונעממען פראנקרייך האט אונזער משפחה באשלאסן אוועקצופארן פון פאריז.
נישט קוקנדיג אויפן פארבאט אז מען טאר נישט פארן אן קיין ערלויבעניש האבבן אונז צוגעשפארט די טיהר פון אונזער פאריזער דירה, גענוממען אפאר זאכן און שנעל אוועק.
אזוי ווי ס'איז געוועהן א גרויסע סכנה צו פארן מיט די באן האט מיין שוועסטער מאדלען'ס מאן אהרן פריי אונז אלע אריינגענוממען אין זיין קליינע, אלטע וואגן, די וועגן זענען געוועהן פיל מיט מענטשן וואס האבבן געשלעפט קינדער און פעקלעך וואס דאס האט פארשטאפט די וועגן.
די פלאץ אין די אוטו איז געוועהן אזוי ענג אז מיר האבבן געדארפט איבערלאזן כמעט אללע אונזערע חפצים אין מיין עלטערן'ס דירה אויפן דריטן שטאק און פארן.
דעם 22סטן יוני 1940 האבבן אונז אינטערוועגנס געהערט אויפן טראנזיסטאר אז די נאציס י"ש זענען אריינגעקוממען קיין פראנקרייך, די איבערפאל פון די דייטשן איז געוועהן אזא ווילדער אז אין א קוירצע צייט האבן זיי אריינמארשירט אין פאריז, דער פראנצויזישער פרעזידענט אלבערט לברען האט געמאכט פיליפ פעטען "ערשטער מיניסטער" און אים באפוילן זיך אונטערשרייבן מיט דייטשלאנד.
דאנקענדיג ה' וואס האט אונז געראטעוועט פון די אקציע אין פאריז, האט די שטערן משפחה אין מיין שוואגער'ס אוטו זיך געשלעפט פון איין שטאט צום צווייטן מיט'ן צוועק צו זיין וואס ווייטער פון פאריז.
אנפילנדיג די אוטו מיט נאפט און פארבלייבנדיג נעכטיגן אין דירות איינס ערגער ווי די צווייטע האבבן אונז זיך נישט באקלאגט, דער עיקר איז אז משפחת שטערן פארט וואס ווייטער פון די געפערליכע שטח. די דייטשן י"ש האבבן דרום פראנקרייך געלאזט אין די הענט פון די פראנצויזן, נישט וועלנדיג אויסגעבן זייער פארמעגן אבצוהיטן א זיכערע געגנט.
זייער חשבון איז געוועהן אז אויב די פראנצויזן ווילן אליין הערשן אויף זייער לאנד און ארבעטן צוזאממען מיט'ן דייטש, איז א שאד אויסצוברענגן א פארמעגן וואס קען גיכער ווערן געניצט קעגן רוס אין מזרח.
דער אבמאך האט צוטיילט פראנקרייך אין צוויי געביטן, א באזעצטע זייט און א נישט באזעצטע זייט, די דייטשן האבן באזעצט צפון און מערב פראנקרייך אין די גאנצע לענג פון די אטלאנטישע אסעאן, די אנדערע צוויי פיפטל פון פראנקרייך איז געבליבן ביי די פראנצויזןמיט די הויפטשטאט ווישי, אונטער דעם מיניסטער פעטען.
די יידן פון גאנץ פראנקרייך האט מען איבערגעגעבן צו די דייטשן. די פראנצויזישע ארמיי איז אראפ צו 100000 מענער און פראנקרייך האט געמיזט אויסהאלטן די דייטשע מיליטער און אויפפאסן אז קיין איין פראנצויז זאל נישט פארלאזן דאס לאנד. ווען מיר זענען אנגעקוממען אין די שטאט ליאון האט זיך מיין שוואגער'ס אוטו גענצליך צובראכן. דערווייל האבבן מי רזיך דארט באזעצט.
די ערשטע נאכט זענען מיר געשלאפן אין די גאס און ווען די קהילה פון ליאון איז געוואויר געווארן ווער מיין טאטע איז האבבן זי יאים פארשאפט א לעכל מיט צוויי ציממערן, די דירה איז געוועהן דימפיג און פייכט, וואסער איז גערינען אויף די ווענט, די תוצאה דערפון איז געוועהן אז מיין מאמע רייטצל ע"ה האט באקוממען א בראנשיט פון די שלעכטע אומשטענדן און זי איז מער נישט צוריק געזינט געווארן.
טראץ די אללע חסרונות זענען מיינע עלטערן געווען צופרידן צו האבבן א דאך איבער'ן קאפ. אונזער משפחה איז געוועהן מיט ווייניג געלד ווייל די גאנצע פארמעגן איז געבליבן אין פאריז. אין דריי פארשידענע געלעגנהייטן האט מיין צווייטע שוועסטער אולגה איינגעשטעלט איר לעבן און צוריקגעפארן קיין פאריז וואס איז געוועהן באזעצט דוירכן דייטש.
זי האט זיך אריינגעכאפט אין אונזער דירה און געברענגט אונזערע זאכן. זי האט זיך ארויסגעדרייט פון די עס עס לייט וואס האבן באלאגערט די שטאט פאריז און פון אונזער אנטיסעמיטישע שכנ'טע פון אינטן, אבער די זאכן וואס זי האט געברענגט איז געוועהן ווייט פון צו זיין געניג. פון די שטאט ווישי האט זיך די משפחה צוטיילט, יעדער איז זיך געגאנגען זייו אייגן וועג.
די גאנצע צייט פון די מלחמה זענען מיינע עלטערן געבליבן באהאלטן אין דרום פראנקרייך, מען האט געליטן הינגער ווייל ס'איז געוועהן א סכנה זיך צו באווייזן אין גאס מיין שוועסטער מאדלען און איר מאן אהרן פריי האבן זיך באזעצט אין די שטאט סינט עטיאן (50 ק"מ דרום פון ליאון).
אהרן האט גוט געקענט די געגנט און האט דארט געהאט משפחה מעמבערס, דאס פאר פאלק איז דארט געבליבן פארשטעקט ביז נאך די מלחמה. מיין שוועסטער אלגא האט חתונה געהאט מיט יעקב שלום לאק, א ווינער איד וואס איז אנטלאפן אין מערס 1938 פון די עסטרייכישע מיליטער צוליב איינשלוס. (עסטרייך האט זיך איינגעשלאסן צו דייטשלאנד).
דאס פאר פאלק האט פון עקס לע בען אריבערגעשווערצט די פראנצויזישע גרעניץ קיין שווייץ. זיי זענען געוועהן אין ארבייטסלאגערס אין שווייץ ביז די ענדע פון די מלחמה. מיין ברודער מאריס און עווא האבבן זיך באזעצט אין מארסעי.
ער איז געפארן זעהן וויאזוי זיין שוואגער יעקב שלום און אלגא שמאגלען זיך אריבער און געהאפט אז זיי וועלן קענען נעממן דעם זעלבן וועג אבער עס איז זיי נישט געלונגען ווייל א פראנצויז האט זיי געשטערט און זיי געצוואונגען זיך צוריק צו פארשטעקן. זיי האבן זיך אויך פארשטעקט אין דרום פראנקרייך ביז נאך די ענדע פון די מלחמה.
איך האב זיך געפונען אליין אין ליאון, פון דא האט זיך מיין אייגענע גורל אנגעפאנגען.
קאפיטל 3 געכאפט אין די שטאט ליאון האב איך חתונה געהאט, מיין מאן עזען וויזל (שוועסטערקינד פון פר. עלי וויזל) איז געבוירן אין 1914 צו אברהם און גיטל (געבוירן איגבער) אין מאזעשאט, דרום אונגערן. זיי האבן פארן אויסברוך פון די מלחמה געוואוינט אין פאריז אבער זיי זענען מיט די גאנצע משפחה אנטלאפן קיין ליאון ביים אויסברוך פון די קריג.
טראץ די געפערליכע קריגסצייט האבן מי רזיך באגעגנט און מיט די הסכמה פון אונזערע עלטערן האבבן מיר חתונה געהאט. מיר האבן זיך באזעצט אין ליאון און געוואוינט אין א דירה אונטערן פאלשן נאממען פון סאלניער. דאן האבן מיינע עלטערן געוואוינט באהאלטן אין קולויר, א דערפל נישט ווייט פון ליאון.
מיין שוועסטער איז געוועהן אויסגעוועהלט אונז אללע צו ברענגען עסן, אבער דאס לעבן איז געוועהן אין געפאר. די רעגירונג ווישי: פראנקרייך איז געווארן געגרינדעט נאכדעם וואס די דייטשן האבבן איינגענוממען דאס לאנד 194044.
די רעגירונגס הויפטשטאט ווישי איז געוועהן יד אחת מיט די נאציס י"ש, די פאליציי כח פון ווישי איז געוועהן אנגעפירט דוירך דזשאזעף דארנאן און מען האט עס גערופן מיליס.
דארנאן אליין איז געוועהן אן עס עס און א באשוואוירענער פאר היטלער י"ש ווישי האט זיך געפירט פינקט ווי די געסטאפא און האט איבערגעגבן 70000 אידן פאר די דייטשן און האט געשיקט 650000 ארבייטער קיין דייטשלאנד כדי ארויסצוהעלפן אין די קריג.די פראנצויזישע רעגירונג האט קודם כל גענוממען רודפ'ן די אידן.
מיינע עלטערן האבבן געציטערט צוליב זייער אונגערישן אויסשפראך, זיי זענען געוועהן אין געפאר צו ווערן ענטדעקט אפילו פארשטעלטערהייט. מיין טאטע האט באשלאסן נישט צו שערן זיין בארד טראץ די גרויסע סכנה און דעריבער האט ער מורא געהאט ארויסצוגיין. אין אפריל 1944 אביסל פאר פסח זענען געוועהן פארשידענע מסירות דורך די פראנצויזן.
צוליב דעם האט די מיליטער באפאלן מענטשן מיט פאלשע פאפירן. אין דעם געלעגנהייט האט מען גערופן מיין מאן עזען מיט זיין ברודער ייער מערדערישע מחש ון נאך 15 מענטשן מיטן אויסרייד אז עס איז נאר א געווענדליכע קאנטראל.
די מאכט איז געקוממען אויספארשן מיין מאן, מיין מאן איז נישט געוועהן נאיוו און פארשטאנען וואס זייער מערדערישע מחשבה איז, ער האט זיך פראבירט צו פארטיידיגן אבער אומזיסט. זייער רשעות האט גובר געוועהן און מען האט אים ארעסטירט.
דערשראקן פון די נייעס האב איך געוואןסט אז איך מיז שנעל האנדלען, איך האב געכאפט מיין ווייסע פעלץ מאנטל, דאס איז געוועהן א מתנה פון מיין ברודער מאריס וואס האט געהאט אנגעהויבן צו האנדלען מיט פעלץ פון האזן, עס איז געוועהן זייער א טייערע ארטיקל.
נאר איין זאך איז אדורך געלאפן מיין מחשבה, איך מיז גיין ווארענען מיין שוואגער איגנאס וויזל און מיין שוועגערין עטא פאר עס איז צו שפעט צו אנטלויפן פון זייער דירה. איך האב זיך געיאגט זיי צו ווארענען, ווען איך האב באגעגנט מיין שוואגער ערנא וויזל וואס אי זמיר אנטקעגן געקוממען. עס איז שוין געוועהן צו שפעט די כאפערס האבן שוין ארעסטירט זיין ברודער.
איך האב אים אויך מיטגעטיילט מיט מיין אומגליק אז מען האט מיין מאן אויך מיטגענוממען. מיט א גרויסע שנעלקייט זענען אונז געלאפן ווארענען מיין שוועגערין און שנעל ארויפגעלאפן די טרעפ, "עס איז נישטא קיין צייט צו פארלירן מען מיז ווארענען די שוועגערין" זאגט ערנא. מיר האבן זיך געיאגט מיט גרויס בטחון און תפילה געטוהן מיר זאלן אנקוממען אויף צייט.
ווען מיר האבן ענדליך דערגרייכט די דירההאבן מיר געהאט אן אנטוישונג, די דירה איז געוועהן ליידיג. די מיליסיא האט אויסגעליידיגט די פלאץ. אונז זענען געבליבן שטיין פארגליווערט פאר שרעק, מיר האבן געקוקט אויף די איבערקערעניש
נישט וויסנדיג וואס צו טוהן אדער זאגן פלוצלונג אן קיין פריערדיגן ווארנונג האבן אונז געהערט אונטן פיסטריט. די מיליסיא איז אומערווארטעט צוריקגעקוממען.
"שנעל" שרייט מיין שוואגער, "מיר מיזן זיך פארשטעקן!" מיין שוואגער איז ארויפגעלאפן ביז צום זעקסטן שטאק, ער איז געוועהן פונקט אויף צייט, איך בין געפלויגן צו די צווייטע שטאק און מיט שרעק אנגעקלאפט אויף אלע טירן, באטנדיג ה' אז איינער זאל מיר אריינלאזן. "עפנט ביטע" האב איך זיך געבעטן.
די פיסטריט האבבן זיך דערנענטערט צום צווייטן שטאק, מיט מיינע לעצטע כוחות האב איך געקלאפט אויף אלע טירן, אבער אומזיסט. מען האט מיר געכאפט!!! די מיליסיא האט מיר ארעסטירט און אוועקגעפירט.
דערנאך זענען זיי נאכגעלאפן מיין שוואגער ערנא, ער האט זיך ופלינק ארויפגעדראפעט אויפן דאך מיט די מיליסיע וואס איז אים נאכגעלאפן מיט געווער, זיי האבבן געשאסן אויף אים אבער מיין פלינקער שוואגער איז געשפרינגען פון איין דאך צום אנדערן ביז זיי האבבן פארליורן יעדע שפיר.
אבער מיין גורל איז געוועהן פארזיגלט, מען האט מיר גלייך געברענגט צום נאצי קאמאנדיר.איך האב זיך געטראפן פנים אל פנים מיט'ן רוצח קלאס בארבי.
קאפיטל 4 קלאס בארבי – קצב פון ליאון קלאס בארבי האט פארדינט זיין צונאממען פון "קצב פון ליאון" דערפאר וואס ער האט מיטן גרעסטן האס אומגעברענגט מאססן מענטשן.
בארבי איז געבוירן אין 1913 אין א קליין שטעטל אין ריין ווי ער איז דורכגעפאלן מיט זיינע הויכע לערעס אין יוניווערסיטעט, און מיט זיין משפחה לעבן האט ער אויך נישט מצליח געוועהן, דערפאר האט ער געפונען פריינדשאפט אין די נאצי'ס באוועגונג. אין יאהר 1933 האט ער זיך באהאפטן צו די היטלער יוגנט ווי ער האט ענטוויקלט זיין פאנאטישער שטרעבונג צו די נאצי באוועגונג.
צוויי יאהר שפעטער האט ער זיך איינגעשלאסן צו היממלער'ס עס עס ימ"ש און ער האט זיך דארט געאיבט און געווארן א מעמבער פון די זיכערהייטס דינסט. אין יאהר 1940 האט בארבי געפאנגעו די אידן פון אמסטערדאם און זיי דעפארטירט און אזוי נאך האט ער זיך ערווארבן א נאממען פון א גרויסן אכזר, אסאך ערגער ווי די סטאנדארט געסטאפא.
און דערפאר ווען די דייטשן האבן באזעצט ליאון אין 1943 און געוואלט רייניגן ליאון ווי שנעלער, האבבן עס די עס עס איבערגעגעבן אין די הענט פון בארבי ןןייל זיי האבן געוואוסט אז ער וועט זיך נישט שרעקן פון אויסהרגענען פיל סיבילע מענטשן.
בארבי האט טאקע ארגאניזירט דעם ארעסט, פייניגונגען און טויט פון זאן מולען, דער העכסטער מאן פון פראנצויזישן רעזיסטאנס, וואס די נאציס האבבן איינגעשפארט און געפייניגט אין די תפיסה פון פארט דע מאנליך. פאר דעם טאט האט היטלער ימ"ש אים באקרוינט מיטן נאממען "ערשטע קלאס אייזערנע...
מיט שווערדן" ליאון איז געוועהן די הויפטשטאט פון רעזיסטענס (שיצונג) פאר אפאר סיבות. צוויי יאהר איז עס געוועהן אונטער די רעזשים פון ווישי איז געוועהן דערטרעגליך, ס'איז געוועהן נאנט צו שווייץ און אין שטאט איז געוועהן אסך מעגליכקייטן זיך צו שיצן אין די געדרייטע גאסן און אין סודות'דיגע קעלערס זיך צו באהאלטן.
איבער דעם ןןען די געסטאפא האט געדארפט אויסוועלן א מענטש צו פירן זייער ביורא , אפיס אין ליאון האבבן זיי נאטירליך אויסגעוועלט בארבי וואס האט געהאט קענטענישן אין שפראכן און פעיגקייטן. אין די 18 חדשים וואס ער האט געהערשט אין ליאון ווארפנדיג א פחד אויף די באפעלקערונג, איז ער געוועהן פאראנטווארטליך אויפן טויט פון 26000 מענטשן!!
חוץ פון דעם האט מען דעפארטירט טוינטער אידן. אין מערב פראנקרייך האבבן די אנדערע דייטשן זייער ווייניג מצליח געוועהן, דאגעגן בארבי'ס סעקסיאן VI (געסטאפא) האבבן דעפארטירט טויזנטער אידן צו די טויט לאגערן און גע'הרג'עט הונדערטער סיבילע מענטשן וואס זיי האבבן חושד געוועהן אז זיי העלפן די רעזיסטענס.
אבער דאן ווען איך בין געשטאנען פאר אים איז ער געוועהן אין מיינע אויגן ווי אללע אנדערע דייטשע אפיצירן. איך האב דאן נאך נישט געהאט געהערט אויף זיינע גרויליגע טעטיגקייטן.קלאס בארבי האט מיר באטראכט פון קאפ ביז פיס, א קאלטע שווייס האט מיר אדורך גענוממען.
דערפרוירן האב איך באטראכט ווי ער דרייט זיך ארום מיר ווי אן אויסגעהונגערטער פאנגער און מיר באטראכט פון אויבן אויף אראפ. ער האט זיך געריבבן די הענט און געזאגט דעם אפיציר נעבן אים: "זי זעהט נישט אויס קיין איד" איך האב פראבירט זיך צו האלטן אבער ס'איז געוועהן שווער ווייל מיין הארץ האט זייער שנעל געקלאפט, אב פראבירט מיט אללע כוחות זיך צו האלטן רוהיג.
אירע פאפירן זאגן אז איר נאממען איז סאלניער" זאגט בארבי, באטראכטנדיג מיינע פאלשע פאפירן. ממ... סאלניער איז נישט קיין אידישע נאממען. ניצנדיג די דייטשע פונקטליכקייט האט בארבי זיך גענוממען אדורכקוקן אללעס וואס געפינט זיך אין מיין טעשל. מיין הארץ האט זיך גענוממען נאך שנעלער קלאפן, איך האב געהאפט ער וועט שטיל ווערן.
ער האט יעדע זאך ארויסגענוממען און אדורכגעקוקט, ער האט געוואלט געוואויר ווערן דעם אמת. פלוצלינג צו מיין גרויס שרעק האט ער ארויסגענוממען מיין בערזל! מיין הארץ איז איינגעפאלן. אין איילעניש האב איך מיטגענוממען מיין פארקערטע בערזל, און צו מיין גרויס שרעק האט דער רשע בארבי געטראפן מיינע ריכטיגע פאפירן אונטער די פוטטער !!!
א שמייכל איז אדורך בארבי'ס מויל ווען ער האט אויסגעפינען מיין ריכטיגע נאממען, יעצט האט ער שוין געוואוסט אויף זיכער אז איך בין איינע פון די אידן. איך בין געוועהן אזוי ווי א געפאנגען פייגל אין איר שטייג, אן א מעגליכקייט צו אנטלויפן! דער נאצי האט זיך געריבן די פינגערס, ער וועט מיר נישט פייניגן. ער האט צוגערופן איינע פון זיינע אפיצירן מיר צו נעממען.
ווי גייט מען מיר אוועקפירן? איך האב געהערט ןןי מיין פאנגער באפעלט מען זאל מיך נעממען אין תפיסהפון פארט דע מאנטלוך.
קאפיטל 5 פארט דע מאנטל וך אין דראנסי איך בין געוועהן ענטשלאסן צו פראבירן זיך צו ראטעווען, איך האב געמיזט שנעל קלערן. איז דא א מעגליכקייט צו פארמיידן פון ווערן איינגעזעצט? איז דא א מעגליכקייט זיך צו ראטעווען? איך האב זיך געוואנדן צום אפיציר פראבירנדיג מיין מזל. "הער קאמאנדאנט"האב איך זיך צווויינט "האב רחמנות און לאז מיר גיין." גארנישט!
אללעס איז געפאלן אויף טויבע אויערן, א קאלטבלוטיגער רשע! ס'איז מיר פלוצלינג איינגעפאלן א געדאנק וואס וועט מיר אפשר קענען ראטעווען. וואס האב איך געהאט צו פארלירן? איך האב אויפגעהויבן מיין האנט און געזאגט:"מיין הער...נעם מיין דיאמאנט רינגל, די איינציגסטע זאך וואס איך בעט דיר איז אז דו זאלסט מיר לאזן גיין.
ער האט באטראכט די בליטשקעדיגע שטיין אויף מיין פינגער, א שטילקייט!אבער ער האט שטייף געשאקלט זיין קאפ. "איך קען נישט" האט ער געגעבן צו פארשטיין מיט סימפאטי "אז דו וועסט פארשוואונדן וועל איך ליידן" ער האט גערייניגט זיין האלדז "מען וועט מיר דאן פארשיקן צום רוסישן פראנט, ניין, איך קען נישט און וויל נישט! מיינע פראבעס זענען נישט געלונגען.
א שטילקייט האט געהערשט ווען מיר זענען אנגעקומען צו די תפיסה פון פארט דע מאנטלוך. פארט דע מאנטלוך איז געוועהן א פראנצויזישע פעסטונג וואס האט געדינט פאר א תפיסה פאר די דייטשע פיינט. געבויט אין 1291האט די מאנטליך תפיסה געדינט פאר די דייטשן איינצושפארן די פראנצויזישע רעזידענס און די אידן.
נאך היינט צו טאג געהערן א חלק פון די בנינים צו די הויפט פון תפיסות און ווערן געניצט פאר א תפיסה. אונטער די מעכטיגע האנט פון בארבי און די געסטאפא האט מען גערופן די פעסטונג מיטן נאממען "טויט ציממער". א רייזע צו איינע פון די צוממערן אונטערן הערשאפט פון בארבי האט כמעט אללעמאל געהייסן א זיכערן טויט.
ווען בארבי האט געוואלט דערשרעקן דעם רעזידענס פלעגט ער פאנגען פון זייערע מענטשן און ווען די רעזידענס האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון זיינע ווארנונגען, זענען די געפאנגענע געווארן אויסגע'שורה'ט אין מאנטלוך'ס הויף און געשאסן. אין דעם פעסטונג זענען געוועהן 10000 אידן און רעזידענס געפאנגענע אין די מלחמה.
פאר בארבי איז געגאנגען אין לעבו צו פאנגען א גרויסע ליעטענאנט מיט'ן נאממען אנדרע דעוויני אלץ א רעזיסטענס מערדער. בארבי האט געהאלטן קאנטראל אויף די תפיסה מיט אן אייזערנע האנט, אפילו ביים ענדע פון די מלחמה האט ער ארויסגעגעבן זיינע לעצטע באפעלן אנשטאטס מלחמה צו האלטן צו ראטעווען ליאון.
בארבי'ס מענטשן זענען געוועהן אויפזעער אויף די לעצטע 70 געפאנגענע און אויף זיין באפעל האבבן זיי זיי
אויסגעשאסן און לייידיג געמאכט די תפיסה פון מאנטליך. אין א וואך צייט איז ליאון געפאלן, די אלליעס האבבן געפאנגן ליאון אבער בארבי איז שוין געוועהן אין דייטשלאנד און רוב פון זיינע געפאנגענע זענען געוועהן טויט. דער שומר פון תפיסה האט מיר גענוממען אונטער זיין אויפזיכט, דאן האב איך פארשטאנען אז די טירן פון פרייהייט זענען פארשלאסן געווארן אויף מיין פנים.
איך בין געוועהן פארצווייפלט, איך בין געוועהן א געפאנגענע!!! געפילן פון בענקעניש האבבן מיר אנגעפילט, געשרייען, וויינערייען און שרעק האבן זיך פון די תפיסות געהערט. מען האט מיר אריינגעשטיפט אין א ליידיג ציממערל און די טיר האט זיך פארמאכט אינטער מיר.
איך האב זיך אומגעקוקט צו זעהן מיין נייע וואוינפלאץ : די תפיסה ציממער איז באשטאנען פון א בעט מיט א שטרויזאק, א לאך אין די ערד וואס וועט דינען פאר די געברויכן. א שטארקע ליכטיגקייט האט געהערשט אין ציממער וואס איז אויסגעלאשן געווארן נאר פארטאגס.
איך בין געוועהן דערשיטערט מיט אללעמען וואס האט מיר פאסירט, ס'איז אזוי פלוצלינג געשעהן אז איך האב שווער געקענט פארדייען מיין נייעם גורל. די שווערסטע איז געוועהן צו פארדייען וואס עס געשענט מיר, איך בין דא איינגעשפארט געווארן אין אזא תפיסה, די ערשטע מאהל אין מיין לעבן, צוליב די איינציגע אורזאך אז איך בין א קרימינאל, ווייל איך בין א איד!!!
אסך איינוואוינער פון די תפיסה האט בארבי מיט זיינע מיטארבייטער מורא'דיג געפייניגט, געוויינען און געשרייען פון שרעקליכע יסורים האבבן זיך יעדן טאג געהערט אין תפיסה, ס'איז צו שרעקליך צו באשרייבן. ער פלעגט סיבילע מענטשן ארומרינגלען אין גאס און ארייננארן אין האטעל טערמינוס וואס האט געדינט פאר זיינע אפעראציעס אין הויפט קוואטיר.
די מינוט די סיבילע מענטשן זענען דארט אריין געקוממען האט זיך אנגעפאנגען זייערע פייניגונגען! בארבי פלעגט ארויפנעממען זיינע געפאנגענע אין סאלאן פונעם פערדן שטאק פון האטעל טערמינוס פאר א "פארשטארקטע אויספארשונג". ווען די ארעסטירטע האבן געווארט אין סאלאן צו ווערן אויסגעפארשט מיט די געסטאפא, האט מען פאראדירט מיט די וואס זענען אפאר שעה פאיער אנגעקוממען.
נאר צוצוזעהן ווי זייערע חברים זעען אויס קריפלס, האט זיי געמאכט זיך האלטן רוהיג און מיטארבעטן.דא פלעגט מען איינציגווייז אריינפירן די געפאנגענע אין די שענסטע צוממערן פון האטעל און די געסטאפא פלעגט זיי צוברעכן די ביינער מיט די גרעסטע רציחה.
ווען די ביינער פון די געפאנגענע זענען שוין געוועהן צובראכן אין אזא מצב אז די געסטאפא האט שוין געוואוסט אז יעצט וועלן זיי ענטפערן ביי די אויספארשונג, האבבן זיי זיי איבערגעלאזט אליינס אויף אפאר שעה. פאר די עקשנים האט קלאס בארבי אראפגענוממען א האנט, א פיס, געלאזט אויסגיין און געלייגט אין "באד".
א באד האט באדייט צו לייגן דעם געפאנגענעם אונטערן וואסער אין איינע פון די שענסטע באדעציממער'ס פון האטעל טערמינוס און און לאזן דעם געפאנגענעם אונטערן וואסער ביז ער האט גע'חלש'ט, דאן דערמינטערט, אויסגעפארשט און צוריק אונטערן וואסער. אין די פלאץ ווי מען האט געפייניגט די געפאנגענע איז למראית עין געוועהן א נארמאלע ביורא-אפיס וואס דאס האט אללעס פארדעקט.
בארבי האט נקמה גענוממען טאממער איינער פון זיינע מענטשן האט עפעס ערווענט. מיין גאנצע קערפער האט געציטערט ווען איך האב פון מיין ציממער געהערט ווי מען האט צוריקגעברענגט אזא קרבן נאך אן אויספארשונג פון דעם נאצי קאמאנדיר!
מעןהאט זיי נישט געקענט דערקענען. איך האב געהאט ניסים אז איך בין נישט געווארן געברענגט צו אזא אחיספארשונג, אבער איך בין געוועהן קאלט, איך האב געפילט א מורא'דיגע איינזאמקייט און אן א טראפ האפענונג. אליין אין מיין תפיסה ציממער האב איך די ערשטע זאך גטראכט אויף מיינע נאנטסטע משפחה מיטגלידער.
איך בין געוועהן ספעציעל באזארגט אויף מיין שוועגערין און די אנדערע, ווי זענען זיי? וואס איז מיט זיי געשעהן? האבן זיי מצליח געוועהן צו אנטלויפן? איך בין געווארן טרויעריגער פון טאג צו טאג, די אופן פון מיין ארעסט האט מיר נישט געלאזט קיין מינוט במנוחה. וויאזוי בין איך דא אנגעקוממען? וואס וועט זיין מיט מיר?
די אללע פראגן האבבן מיר גענאגט און מיר צוגענוממען מיין מנוחת הנפש, איך האב זיך נישט געקענט קאנצענטרירן צוזאממעןצו קלויבן מיינע געדאנקען.
דעם אכטן טאג האט מיר א שומר ארויסגענוממען פון מיין ציממער און ארויפגעלייגט אויף א לאסטאוטו, איך האב זיך צו מיין פרייד צוזאממען געטראפן מיט מיין מאן, מיין שוועגערין, שוואגער און די אנדערע מענטשן וואס מען האט די זעלבע צייט איינגעשפארט.
איך בין געוואויר געווארן אז מיין שוועגערין עטא איז די זעלבע נאכט ווי מיר ארעסטירט געווארן, זי איז דאן געלאפן צו מיין הוי זמיר צו דערציילן אזמען האט ארעסטירט איר מאן, אין די זעלבע צייט בין איך געלאפן צו איר הויז דערציילן אז מען האט אונזערע מענער ארעסטירט!
די צוזאמענקום איז געוועהן א פרייליכע אבער נאר פאר א קוירצע צייט, ס'איז געוועהן טרויעריג ווייל מען האט נישט געוואוסט וואס אונזער צוקונפט גייט זיין... מיין איינזעצונג אין תפיסה האט זיך געענדיגט, דערווייל האט אבער דער וועג צום גיהנום יעצט אנגעפאנגען... אונזער לאסט אוטו איז געפארן פון פורט דע מאנטלוך צו באזעצטע געביטע פונעם דייטש אין צפון פראנקרייך.
מען האט אונז געפירט קיין דראנסי ארויס פון פאריז. אוועק 7 ק"מ פון פאריז איז געווען דראנסי, ס'איז געווען א נייע געגנט, אייגנארטיג אין איר אויסזען, אין פאריזער געגענט אדער פראנקרייך! לכתחילה איז דיא שטאט געווען געפלאנט איינצוקוואטירן מענטשן מיט קליינע פארדינסטן, ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן איז ע נאך נישט געווען פארטיג.
עס צו פארוואנדלן פאר א לאגער פאר אומגעוואונטשענע עלעמענטן אזוי ווי קאמוניסטן, ספאנישע רעפובליקאנטן, און זיכער יידן איז גרינג אנגעקומען. אנפאנג מלחמה איז דראנסי געווען א קאמפ פאר דייטשע פליטים וואס רוב פון זיי זענען געווען יידן, וואס זענען אנטלאפן פון דייטשלאנד.
יידן פון גאנץ פראנקרייך האט מען צוזאמען גענומען אין פארשידענע לאגערס דורך די פראנצויזישע פאליציי וואס האבן געארבעט צוזאמען מיט די דייטשן.
מען האט גלייך פעסטגעשטעלט, אז פון דארט איז נישטא א מעגליכקייט צו אנטלויפן, די טירן זענען געווען שטארק באוואכט און די זיכערהייט איז געווען שטארק, די אופן פון לעבן איז געווען זייער ארעם, עס איז געווען זייער ווייניג וואסער, קיין עלעקטריק קיין טואלטן, קיין פריוואטע ווינקל און זייער ווייניג עסן.
דראנסי איז געבויעט געווארן פאר 700 מענטשן אבער אין די יארן 1940 איז דארט געווען 7000. דארט זענען געווען זייער פיל יידן וואס האבן געארבעט אונטערן דייטשן אויפזיכט. טראץ דעם האט מען פאר אביסל געלט געקענט קויפן. פון גרויס וויכטיגקייט איז געוועהן דער פאקט אז די גאנצע משפחה איז געוועהן צוזאממען. מען האט זיך
איינער דעם אנדערן מחזק געוועהן. ס'איז געוועהן א דייטשע כיטרע פלאן אינז צו מאכן מיינען אז מען איז פארזיכערט... אונז האבן געפילט א שווארצע וואלקן איבער אונזער קאפ אבער נישט געקענט דערגיין וואס עסו וארט אונז אפ אויף ווייטער. מען האט געוואוסט אז שרעקליכס גייט קוממען, אזוי איז געוועהן אין לאגער די שמועס פון די אנדערע איינוואוינער.
זיי האבבן געזאגט אז מען וועט אונז דעפארטירן ארויס פון פראנקרייך, טבער מיר האבבן נישט געוואלט גלייבן די מעגליכקייט. יעדע 15 טעג האט מען גענוממען מענטשן ארבעטן אין די דזשעם פאבריק. דער דייטש האט איינגערעדט "א דזשעם פאבריק" אבער קיינער האט נישט געגלייבט. ווען מען האט געזעהן אז מען איז נישט אויף די ליסטע פלעגט מען אבאטעמען פריי.
אבער איין טאג איז אנגעקומען אונזער רייע, אונזערע נעמען זענען געוועהן שווארץ אויף ווייס, אונז האבן געוואלט גלייבן אז מען פירט אונז צו א דשזעם פאבריק אבער אונזער געןןיסן האט אונז אנדערש געזאגט, מען פירט אונז נישט צו לעקן דשזעם!
אונז האבבן דאן נישט געוואוסט אז דראנסי איז געוועהן דע סטאפ פונקט פון טויזנטער פראנצויזישע יידן, וואס מען האט געפירט צו נאצישע פארזאמלונג'ס לאגערן אין דייטשלאנד, אין מזרח אייראפע, אוישוויץ, אין אנדערע נאצישע טויט לאגערן. מען האט אונז געפירט צו א פלאץ וואס מען האט נישט געקענט חלומ'ן אדער טראכטן אין די שרעקליכסטע חלומות!!!
קאפיטל 6 טויט באן וויא קען איך פארגעסן די שרעקליכע דאטום, ס'איז געוועהן 29 אפריל 1944 אונז האבבן פארלאזט די תפיסה לאגער צוזאממען מיט אונזערע פעקלעך. די דייטשן האבבן אונז מיט געוואלד ארויפגעווארפן אויף א לאסט אוטו וואס האט אונז געפירט צו א פארלאזטע פלאטפארם אין באנהויף. א שרעקליכע בילד האט זיך פאר אונז אנטפלעקט.
עס עס אין זייער יוניפארם באגלייט מיט זייערע ריזיגע, געטרייע הינט האבבן געהיט די פארלאזטע באנהויף. דיא געפאנגענע האט מען באפוילן אריין צו גיין אין באנען אין וועלכע מען פירט נארמאל בהמות פערד, מען האט אריין געשטופט די געפאנגענע אזוי ווי בהמות צודריקט אין צו א קליינע פלאץ.
איך האב געוואלט שרייען "סטאפ" עס גייען שוין נישט אריין אזויפיל מענטשן, ווייל מען קען זיך שוין נישט באוועגן און נישט אטעמען, אבער נישט געקוקט אויף דעם האבן די עס עס אריין געשטופט אין די וואגאנען מער און מער מענטשן. אלע "פאסאזשירן" האבן געלעבט אין פחד און שרעק, ווייטאג און שאק, יעדער באזונדער האט זיך געפרעגט די זעלבע שאלה: וואס גייט מיט מיר געשען?
מען טרויט זיך נישט ארויס צוזאגן א ווארט ווייל גלייך צווויינט מען זיך, אוי ווי נאיוו זענען אונז געווען! וואספארא גורל ווארט אונז אפ? דאן ווען די וואגאנען זענען שוין געוועהן איבערגעפילט האט מען זיי פארריגלט פון אינדרויסן. די לופט עפענונגען זענען געוועהן פארקלאפט מיט נעגל, מיר זענען געוועהן אין פינסטערניש.
אינדרויסן איז די סטאציאן געוועהן צוריק ליידיג און פארלאזט. די באן האט זיך גענוממען באוועגן און האט זיך גענוממען פארן. אין די וואגאנען איז די לופט געוועהן אומדערטרעגליך. יעדע אטעם איז געוועהן איינגעשטרענגט, מען האט זיך בשום אופן נישט געקענט אראפזעצן.
נאך שווערער איז געוועהן זיך אויסצוצוען די קניען אדע רזיך צושארן צום איינציגן פענסטערל וואס האט אריינגעבלאזן אביסל לופט און טאגליכט. די גרויל האט זיך קוים אנגעפאנגען, מיר האבן געשטיקט לאנגזאם, די הונגער און דארשט האט אונז באהערשט. כדי נישט צו פאניקירן האבן די רייזנדע זיך מסדר געווען ווי אמבעסטן.
די איינציגע דעקע וואס איינער האט מיטגעברענגט, האט געדינט פאר א וואנט צו קענען מאכן די געברויכן. די עלטערע מענטשן האבן מיר אנגעלאנט ביי די ווענט פון די וואגאנען, כדי זיי זאלן קענען אנלאנען זייער רוקן. אפאר געפאנגענע האבן פרובירט אויפצוברעכן די האלצערנע ערד, כדי צו קענען אנטלויפן אין זיך ראטעווען, אבער אן הצלחה.
די האלץ איז געווען פיל צו הארט, מיט שוועריגקייטן האבן אונז ארויסגעווארפן פון די באן מעלדונגען צו אונזערע משפחות כדי זיי מודיע צו זיין וואו מיר געפינען זיך. מיר האבן געהאפט אז די פאפירלעך וועלן מאכן זייער וועג צו די משפחות וואס זוכן אונז.
שפעטער זענען מיר געוואויר געווארן אז מיין שוואגער האט מצליח געוועהן צו אנטלויפן און האט געטראפן איינע פון די צעטעלעך.
די באן מיט די שיירע נוממער 72 האט זיך געשלעפט אויפן וועג מיט אירע מענטשליכע פעקלעך. ס'איז נישט געקוממען אין באטראכט מען זאל די וואגאנען אויסלופטערן אדער אונז ערמעגליכן זיך אויסצוציען.יעדן טאג האט מען געעפנט די טירן אויף אפאר מינוט ארויסצולאזן די שרעקליכע גרויך וואס האט פאראורזאכט מען זאל שטיקן.
איך האב געוואוסט אז אין אזא מצב מיז מען קעמפן פארן לעבן. איך האב געוואלט לעבן. איך מיז איבערלעבן די שרעקליכע אומשטענדן. אין אונזער וואגאן איז געוועהן א גאנצע משפחה: א טאטע, א מאמע און זייערע פינף טעכטער פון זעקס ביז ניינצן יאהר אלט. זיי זענען געוועהן א הערליכע פאמיליע מיט שיינע מיידלעך.
ס'איז אדורך געלאפן א געדאנק: ווי לאנג וועט נאך די משפחה זיין גאנץ און איבערלעבן? עס האט מיר געפלאגט די געדאנק צו וויסן ווי מיר געפינען זיך יעצט און ווי מירק וממען ביים ענדע אן. ווי געפינען מיר זיך יעצט? די פראנצויזישע שפראך האט מען מער נישט גערעדט, נאר די דייטשע שפראך האט מען געהערט.
א שרעק האט ארום גענוממען ווען מיר האבבן געקלערט וויפיל אונזער פאלק האט שוין מיטגעמאכט אין די גלות לענדער. די דעפארטירטע זענען געוועהן אנגעפילט מיט שרעק. די פחד האט אריינגעדרינגען אין אונזער געוויסן, מיר האבבן פראבירט זיך פארצושטעלן וואס עס ווארט אונז אפ. צו לאנג האט מען נישט געקענט חלומ'ן, ווייל מען איז גלייך אריין אין די יעצטיגן מציאות.
נאך דריי טעג און דריי נעכט בין איך געוועהן דאנקבאר פאר ה' אז איך לעב נאךאבער ליידער נישט אללע אין אונזער וואגאן האבבן איבערלעבט. רוב עלטערע מענטשן זענען אוועק פון א הארץ אטאקע. אנדערע זענען דערשטיקט געווארן און פאר אנדערע האבבן זיך אויסגעלאזט די כוחות.
איך האב געבעטן צו ה':"רבונו של עולם, ווי לאנג נאך וועלן מיר אויסהאלטן אזעלכע צרות, עס מיז זיין א ענדע, א לעצטע אדרעס!!! ביטטע ה'." ענדליך, נאכדעם ווי עס האט אויסגעזעהן ווי אן אייביגקייט האט זיך די באן אפגעשטעלט. מיר זענען אנגעקוממען! אבער ווי?
קאפיטל 7 איך האב נישט געקענט גלויבן וואס מיינע אויגן זעהן, ס'איז געווען אן ארקעסטער צוזאמגעשטעלט פון מענער מיט געשטרייפטע קליידער. זיי האבן געשפילט א פרייליכע וואלץ. איך בין געווען איבעראשט. איך האב נישט געקענט פארשטיין וואס עס באדייט. אין אזא טרויעריגע פלאץ ארגאניזירט מען פארשטעלונגען. ווי קאמיש איז אזא שפיל אין אזא פלאץ!
די ארקעסטער שפילט ווייטער, די מוזיקאנטן שפילן ווייטער אזוי ווי זייער לעבן וואלט געווען אפהענגיך אין דעם. אבער גארנישט, אבער טאקע גארנישט האט אונז נישט געקענט צוגרייטן צו די צרות וואס וועלן פארקומען. טראץ דעם גאנצן הו הא (באלאגאן) און פארצווייפלונג איז דא געשטאנען א מאן אליין אין א פראכטיגן אוניפארם און שניי¬¬-ווייסע הענטשקעס.
דער דאקטער דזאזעץ מענגעלע, דער "דאקטער פוןטויט" איז דארט געשטאנען. מענגעלע איז געבוירן געווארן אין באוואריא נאנט צו די ערשטע וועלט'ס קריג, צו א מיטל קלאס משפחה.
מענגעלע האט באקומען זיין דאקטאראט אין אניווערסיטעט פון פראנקפורט, נאכדעם ווי ער איז פארוואנדעט געווארן און נישט געקענט מער דינען האט מען אים געמאכט פאר א דאקטער אין אוישוויץ , אין מאי 1943, וואו ער האט געהאט זיין אייגענע לאבאראטאריאם, מיט דאקטאריאם, מיט דאקטוירים אונטער זיין אויפזיכט.
מענגעלע האט זיך מצרף געווען צו די אנדערע הויכע אפיצירן צו באטראכטן די נייע אנגעקומענע, די נייע קרבנות. קוים זענען מיר אראפ פון די באנען נאך איידער מען האט זיך אריענטירט וואס דא קומט פאר, האט זיך אנגעהויבן די ערשטע פראצעדור. אין מינוטן זענען די וואס האבן איבערגעלעבט די רייזע מיט די באן געוועהן אפגעטיילט פון זייערע מענער, טאטעס און זיידעס.
אן קיין רחמנות זענען מאמעס געווארן אוועק געשלעפט פון זייערע עלטערע קינדער. זיי זענען געבליבן נאר מיט די קלענערע וואס האבן געקלעבט אויף זיי. געשוויסטער זענען פלוצלינג צוטיילט געווארן. דאס איז געגאנגען אזוי שנעל און פלוצלינג אז מען האט אפילו זיך נישט געקענט געזעגענען פון אונזער משפחה.
די פרויען האבן געיאמערט אויף זייערע נאנטע וואס מען האט אוועק געריסן פון זיי. קינדער האבן געוויינט אן אויפהער ווייל מען האט זיי אוועק געריסן פון זייערע מאמעס. די שוואכע מענטשן האט מען געלייגט אוועק פון די שטארקע, די קראנקע פון די געזונטע.
אין אן ערנסטע טאן מיט אוטאריטעט זאגט די נאצי אפיציר "די געזונטע און שטארקע גייען צופיס אין לאגער, און פרויען מיט קינדער און עלטערע מענטשן גייען מיט לאסט אויטאס". אונזערע ווייטאג קען מען נישט באשרייבן. אבער דער פחד און שרעק איז געווען נאך שטערקער. אזוי ווי פיל אנדערע האב איך זיך מיט איבער מענטשליכע כוחות איינגעהאלטן צו וויינען.
מיין טייערע שוועגערין עטא וויזל וואס איז געווען נאנט צו 40 יאהר, און כמעט דאפלט מיין עלטער, האט מיר געבעהטן איך זאל מיט איר אריין גיין אין לאגער מיטן לאסט אויטא, ווייל אירע פיס האבן איר זייער וויי געטוהן פון נישט באוועגן זיי אזוי לאנג אין די באן, און זי האט זיך געפילט שוואך.
פערזענדליך וואלט איך ליבערשט אריין געגאנגען אין לאגער צו פיס, זיך אביסל באוועגן און אויסלופטערין. אבער איך האב אוועק געקוקט אויף מיינע באקוועמליכקייטן און געגאנגען צוזאמען מיט מיין שוועגערין כדי צו זיין צוזאמען. איך האב נישט געקענט ארויס נעמען פון מיין געדאנק וויאזוי אזא שיינע משפחה מיט פינעף טעכטער
ווערט צוטיילט. די פאטער איז געגאנגען מיט די מענער. די מאמע מיט די דריי יונגערע טעכטער זענען געגאנגען אין לאסט אויטא, און צוויי גרויסע מיידלעך זענען געגאנגען צופיס. ס'איז געווען שרעקליך, הארץ רייסנד צו צוקוקן ווי א משפחה צוטיילט זיך, איינס פון אסאך אנדערע. דאן האט מען נישט געוואוסט אז עס איז געוועהן די ערשטע סעלעקציע.
דער ארקעסטער האט זיך איינגעשטרענגט צו באהאלטן געשרייען א.א.וו. אבער די מוזיק האט נישט געקענט פארהוילן די טראגעדיע וואס קומט פאר. פארקערט, עס האט נאך מער דעמאראליזירט די מענטשן. אינצווישן ווי די מוזיק האט געשפילט, האבן די עס עס שומרים אויסגענוצט די געלעגנהייט צו דערנידערן אין ברוטאליזירן די נייע קרבנות.
זיי האבן געשריגן "שנעל פערלפיכטער איד, שנעלער, איר פארשאלטענע אידן!" דערנאך האבן זיי נאך געשאלטן. מען האט אונז געלאזט ווארטן מיט אונזערע צרות. יעדער איז געשטאנען אין די רייע וואו מען האט אים געלייגט אזוי ווי צוגענאגלט. מיין שוועגערין און מיר האבן פראבירט צו כאפן א בליק אויף אונזערע מענער איגנאץ אין עזען ביי די מענער.
אבער ס'איז געווען צו פיל מענטשן מען זאל זיי קענען זעהן. קיין איינער פון אונז האט זיך נישט געטרויט ארויס צו זאגן א ווארט פאר מורא אז מען וועט ווערן פארצווייפלט. איך האב זיך איינגעהאלטן נישט צו שרייען פאר ווייטאג און פארדרוס. צוליב די אכזריות פוןאונזערע פאנגערס האב איך געוויסט אז איך מיז שווייגן. די לופט איז געווען פארפרוירן, אונטער נול.
עס האט געשניטן די קעלט, דער פחד האט זיך אין אונז געשטארקט. וואס גייט ווערן פון אונז? וואס דערווארט אונז? זענען אונז אויפן וועג צום שחט הויז? אזעלכע און ענדליכע מחשבות האבן געארבעט אין מיר. איך האב געדאנקט ה' אז איך בין אנגעטוהן מיט א ווארעמע ווייסע פעלץ מאנטל וואס איז געווען זייער טייער. איך האב זיך דערמאנט ווי אזוי איך בין דערצו אנגעקומען.
ס'איז געווען די לעצטע מתנה וואס מיין ברודער מאריס האט מיר געגעבן. ער האט די מאטעריאל גענוצט פאר די סאלדאטן אויפן פראנט, ער האט דערמיט געמאכט שטעק שיך. אין דעם פאניק, פאר מען האט מיר ארעסטירט אין ליאן, האב איך אנגעטוהן דעם פעלץ מאנטל צו גיין ווארענען מיין שוועגערין. איך האב נישט געוואוסט אז דער מאנטל וועט שפילן א גרויסע ראלע אין מיין איבערלעבן.
איך בין אנגעקומען אין אוישוויץ אויסגעשטראצט אין מיין ווייסע מאנטל וואס האט געשיינט אין די טינקל. איך בין געווען מיט רויטע בעקעלעך, צוליב די קעלט. 20 יאהר בין איך דאן אלט געווען. איך האב באמערקט ווי אן עס עס דערנענטערט זיך. מן הסתם איז די ווייסע מאנטל געווען די סיבה. "דו" האט ער אוסגעשריגן אין דייטש.
"גיי צוזאמען מיטן די פיס גייערס." צו מיין מזל האב איך געהאט גוטע קענטעניסן אין די דייטשע שפראך, ווייל איך האב עס געלערנט אין שולע און עס ענדלט צו אידיש, מיין מאמע לשון. "איך וויל ליבערשט בלייבן מיט מיין שוועגערין, ביטע". מיין שוועגערין עטא איז געווען 20 יאהר עלטער ווי מיר, און איז געווארן זייער אפגעשוואכט פון די דריי טעג רייזע אין די וואגאנען.
זי האט זייער שלעכט אויסגעזעהן. די עס עס קוקט אויף אונז. "ווי אלט ביסטו?" פרעגט ער פאר מיין שוועגערין. איך האב איר נישט געלאזט ענטפערן . קוקנדיג דעם עס עס אפיציר גראד אין די אויגן זאג איך מיט זעלבסט זיכערקייט: "זי איז 30 יאהר אלט." ער האט אריין געטראכט א מינוט, געקוקט אויף איר נאכאמאל און געגעבן א זאג.
"גוט, ביידע גייט צו די אנדערע שורה." אונז זענען אראפ פון לאסט אויטא. אין אפאר סעקונדעס האט אונזער גורל זיך געטוישט.
שפעטער זענען אונז געוואויר געווארן דעם אמת: די דעפארטירטע וואס זענען אריין אין לאגער מיט די לאסט אויטאס זענען גלייך געפירט געווארן צו די קרעמאטאריאם אויוונס.
קאפיטל 8 עטא מיט מיר האבן זיך באהאפטן צו די אנדערע גרופע. מיר האבן זיך דערנענטערט צום לאגער מיט שווערע הערצער, און נישט געקענט רעאגירן אויף וואס עס גייט פאר. אונז האבן געהאט דעם איינדרוק אז מיר זענען אויפן אנדערן סוף פון די וועלט...אין מיר האבן נישט געמאכט קיין גרויסן טעות.
אפילו מיר וואלטן געהאט כח וואלטן מיר נישט געהאט די מעגליכקייט צו טוהן אנדערש ווי אוויסצוהערן די עס עס ימ"ש. אונז האבן שטארק באטראכט זייערע געשולטע הינט וואס האבן גלייך געטוהן דעם באפעל פון זייער בעל בית, דער עס עס. די מויל פונעם דייטש ימ"ש אדער זיין הינט האט געקענט פאראורטיילן אונזער טויט.
ס'איז געווען א שרעקליכע וועג פון צען מינוט ביז מיר זענען ענדליך אנגעקומען אין לאגער. מיר זענען אריין אין טויט לאגער, אדורך גייענדיג דעם גרויסן אייזערנעם טויער מיטן אויפשריפט "ארבעט מאכט פריי", frei" macht "arbeit פרייהייט איז יעצט געווען גאר ווייט פון מיין געדאנק.
וואס האט די עיקר געארבעט אין מיר איז געווען ווי אזוי איך וועל קענען איבערלעבן אין אזא גיהנום. אונז אלע פרויען און מיידלעך האט מען געהייסן אראפ לייגן אלעס וואס מיר פארמאגן. פון דארט זענען אונז געפירט געווארן צום שערער וואס האט אונז אלע אפגעשוירן די האר! די ארבעט האט אויסגעפירט מיידל וואס איז שוין פריער דעפארטירט געווארן.
אסאך מיידלעך מיט שיינע לאנגע האר און לאקן האבן זיך פראבירט קעגן צו שטעלן, אבער אן ערפאלג. זייערע שרייען און וויינען זענען געפאלן אויף טויבע אויערן! די שערערן האט נישט געהאט קיין אנדערע מעגליכקייט. זי האט געמוזט אויספירן די באפעלן פון די נאצי רעז'ים. עטא מיט מיר האבן געהאט קארצע האר.
צו אונזערע גרויסע גליק האט מען אונז ביידע אדורך געלאזט אן אונז צוצורירן. אונז האבן געדאנקט דעם באשעפער וואס האט אונז געלאזט מיט אונזערע כבוד, אז מיר האבן אויסגעזעהן בכבודיגער. די ביטערע, פארפרוירענע פוילישע ווינט האט געשניטן אין אונזערע בלויזע קערפערס. די וועטער אונטער נול האט אונז נישט פארלייכטערט דעם פארבלייב אין לאגער.
די שרעקליכע ווינטן האבן געבלאזן אויף די אפגעשוירענע קעפ פון די געפאנגענע. דאס האט נאך שווערער געמאכט און געפלאגט די געפאנגענע וואס האבן זיך נישט געקענט צוגעוואוינען צום נייעם ארום. טרעפן-ווייז האט מען אונז געגעבן די געפיל אז מיר זענען נישט קיין מענטשן. מען האט אונז פון אלעם אוועק געריסן, אלעס, אפילו אונזערע אייגענע כבוד.
אזוי האבן די דייטשע חיות אויף אונז אנגעפאנגען צו הערשן און געווארפן אויף אונז אזא פחד. ביי יעדע געלעגנהייט האבן זיי אונז אראפ געקלאפט און דערנידערט... קיינער האט נישט געקענט זיך פארטיידיגן. איך האב באקומען א נייע אידענטיטעט. פון עדיט וויזל, געבוירן שטערן, האב איך באקומען די נומער 80661.
אין אלץ איד, האט מען נאך צוגעלייגט א דריי-עקעדיגע סימן אזוי ווי א האלבע מגן אברהם. די נומער איז געווארן טיף אריין געקריצט אין מיין פלייש מיט א מעטאלענע שפיץ. די טינט האט אריין געדרינגען אין די הויט אזוי אז ס'איז געבליבן אויף אייביג. ס'איז געווען א סימן אין מיין קערפער וואס מען וועט קיינמאל נישט קענען אפמעקן.
ווי וואלט איך געווען אומשטאנד דאס אפצומעקן פון מיין געדאנק? איך האב אנגעפאנגען צו טראכטן: צו וועל איך עס אמאהל קענען פארגעסן אדער פארגעבן? ווען וועט זיך ענדיגן די שלעכטע חלום? ווען?
אבער ווען וועל איך זיך אויפוועקן? איך האב זיך בארואיגט דערמיט אז די אויפשריפט מיטן נומער איז געווען א קליינע גרייס. אין גרויסן טאג ליכט האט מען אונז בארויבט: בארויבט אונזער מענטשליכע אידענטיטעט, אונזערע מענטשליכע אויסזעהן האט מען אונז אוועק געריסן און פון אונז איז נאר געבליבן א נומער!
אונזער נומער האט אונז שפעטער פעסטגעשטעלט, דאס וואס מיר האבן זיך דערשראקן פון דעם, אז מיר זענען אזוי ווי בהמות. אונז זענען געווען חיות, ניטאמאל עפעס ענדליך צו א מענטש! איך האב געטראכט, מן הסתם זענען פאר אונזער גרופע שוין געווען 80000 מענטשן פון אונזערע ברודער'ס און שוועסטערס. וואס פאר א שרעקליכע געדאנק!
צו קלערן אז 80000 אידן געפינען זיך אין אזא פלאץ. אונז נייע אנגעקומענע, אפגעגאלט און טאטואירט, זענען געוועהן גרייט צו גיין צו די נעקסטע סטאפל: צו ווערן דיסאינפעקטירט, גערייניגט. אויפן וועג זענען אונז אדורך א פלאץ ווי עס רינט אריין די רעגן וואסער. איך האב אריין געווארפן מיין דיאמאנט רינגל אין דעם. וואספארא ניצן וועט עס מיר יעצט זיין?
האב איך געטראכט צו זיך. איך האב זיך געפרייט מיט די מחשבה אז קיין איין דייטש וועט נישט נעמן פאר זיך מיין רינגל. אבער דער נצחון איז געווען אויך א טרויער. ווער ווייסט צו איך וועל נאך א מאהל האבן די זכי'ה צוריק צו זעהן מיין מאן. ס'איז אויך געווען שרעקליך טרויעריג צו טראכטן אז דאס איז געווען די לעצטע אנדענק אויף מיין פריערדיגן לעבן.
דא שטארבט די גאנצע פארגאנגנהייט. איך האב געהאט א שרעקליכע געפיל אן דעם רינגל. איך האב עס אבער נישט מער געוואלט האבן. איך בין צו מיר אליין געווארן פארפרעמד. איך האב זיך געפילט צוריסן אין האלב. דא בין איך... אן א נאמען, אן אידענטיטעט, אן גארנישט. דער אנערקענונג אז איך בין גארנישט האט מיר אויפגעגעסן ווען מען האט אונז דיסאינפעקטירט.
פאר יעדע ווערטפולע זאך וואס מיר האבן געהאלטן פאר זיך איז געווען א געפאר פון טויט שטראף. טראץ דעם איז מיר געלונגען צו באהאלטן אין א ווינקל, ביי די דאש-צימער, פארבינדן מיט די דרויסנדיגע וועלט. עס האט מיר דערמאנט די "איך", און די אנדענק האב איך געוואלט זאל בלייבן פאר אייביג.
פארפרוירן און ציטערדיג פון קעלט זענען אונז, אלע נייע אנגעקומענע, געשטאנען שעות לאנג אן א קליידער. אונזערע מאגנס זענען געווען ליידיג, אונזער מח צוטראסקעט. צו דערהייבן אביסל מיין געמיט האב איך זיך אויסגעדרייט צו מיין שוועגערין עטא: "אונז האבן מזל. קלער אריין. אונז זענען צוזאמען, אונז האבן איינע די אנדערע".
מיינע ווערטער האב איך ארויס געזאגט מיט גרויס אנשטרענגונג. זי האט געוויסט אז איך וויל דערהייבן איר געמיט. איך האב איר און מיר מחזק געווען מיט ווערטער פון האפענונג. אן האפענונג קען מען נישט לעבן! "קוק אויף אונז" האב איך איר פראבירט צו בארוהיגן.
"אונז האבן ביידע מזל אז מען האט אונז נישט אפגעגאלט אונזער קאפ, און נאך דערצו איז אונז געלונגען צו האלטן די דריי קליינע בילדער". אבער גלייך האב איך חרטה געהאט פארן זאגן די ווערטער. וואס איז מיט מיר געשעהן. ווי אזוי קען איך זיך פילן באקוועם ווען איך האב נישט א געפיל צו יענעם'ס צרות.
א מענטש ווען ער איז פאר'צרה'ט, בארוהיגט ער זיך ווען ער זעהט אז עס האט געקענט זיין ערגער ווען ער קוקט אויף יענעם. אבער איך האב זיך שרעקליך געפילט אז ס'איז צוגעקומען צו אזא מצב. ווי קען איך זיך פילן גליקליך מיט אזא אומגליק פון מיין פאלק?
נאך א לאנגע ווארטן, וואס האט אויסגעזעהן אן אייביגקייט האבן אונז ענדליך באקומען אונזערע קליידער. מען האט אונז נאר געגעבן אזעלכע קליידער וואס מען האט געקענט אנרופן זימער קליידער. דאס וועט אונז זיכער נישט שיצן פון די פוילישע קעלט און ווינט! אבער ב"ה עס האט צוגעדעקט אונזערע קערפער, און איך האב געלויבט ה' דערפאר. דערנאך האט מען אונז געגעבן שיך.
מיר האבן געמיזט זוכן און זוכן ביז מיר האבן געטראפן א פאר שיך וואס איזגעוועהן פאסיג. איך האב נישט געהאט צופיל מזל מיט מיינע שיך. איין שיך האט געהאט א קליינע שטעקל, און די צווייטע איז געוועהן אינגאנצן פלאך. אבער, איך האב זיך געטרייסט מיט דעם אז ווען איך טוה זיי אן טוט מיר נישט וויי די פיס. עטא האט געטראפן א שיך אויף איר מאס וואס איז איר געפעלן.
איך האב זיך געפרייט פאר עטא מיט אירע נייע שיך! איך האב איר געגעבן א קאמפלימענט. זי האט מיר צוריק געשאנקען א האלבע שמייכל. איך בין געווען צופרידן אז איך האב איר אביסל דערפרייט. עטא מיט מיר האבן געמאכט א אפמאך אז מיר וועלן בלייבן צוזאמען. מיר האבן באשלאסן צו מחזק זיין איינער דעם צווייטן טאמער מען וועט איבערלעבן.
אבער מיר האבן ווייניג געוואוסט וואס עס ווארט אונז אפ אין די צוקונפט.
קאפיטל 9 עס איז געווען ארום פיר א זייגער פארטאגס. מיר זענען געגאנגען אין די ריכטונג פון עטליכע באראקן. דא האט מען אונז געגעבן צו פארשטיין זענען די "שלאף געלעגנהייטן", שלאף צימערס... די באראקן זענען געווען פיל מיט פיר עקעדיגע קעסטלעך וואס זענען געווען באהאפטן איינע צו די צווייטע מיט זייער א נידריגע דאך.
ס'איז געווען ברעטער צו שלאפן דערויף מיטן נאמען "קאיאס". אונז זענען געוואויר געווארן אז דאס גייט דינען פאר אונזערע בעטן. די קליינע פיר עקעדיגע פלאטפארם איז געווען געמאכט אז דריי מענטשן זאלן אויף דעם שלאפן. אזוי זענען דריי מענטשן געלעגן צוזאמען געדריקט אין א קליין שטח אין זייערע פיס זענען אנגעקומען צו די קעפ פון די דריי אנדערע ביישלעפערס.
ס'איז נאר געווען איין דינע דעקע צוצודעקן דריי מענטשן זיי צו שיצן פון די ביטערע קעלט. אוי ווי גוט עס וואלט געווען צו זיין צוריק אינדערהיים?! איך האב מיט בענקעניש זיך דערמאנט אז אין פראנקרייך וואלט עס געווען די שענסטע חודש פון יאהר. די אלטע איינוואוינער האבן געהאט אן עקסטערע הנאה אונז צו מיטשענען און פייניגן.
זיי האבן געוואלט האבן דעם גרויסן כבוד אונז צוצוגרייטן אויף דאס וואס טוהט זיך אפ אין אוישוויץ. "ווי זענען אונזערע משפחות?" "אין הימל, זיי זענען ארויף געגאנגען אין פייער. אייערע משפחות לעבן נישט מער!" "ניין! ס'איז נישט אמת. עס קען נישט זיין אמת. ס'איז נישט מעגליך". "אוי, אבער ס'איז..."האבן זיי מיט סטראשונג געקוקט אויף אונז.
איך האב זיך געגרוילט פון זייערע אום מענטשליכקייט. אזוי פארגרעבט, אזוי פראסט. זייער שמועס האט אויסגעזעהן ווי פון א פארברעכער! אויף אונזערע פראגן האבן זיי געענפערט אן א געפיל, און א מיטלייד. זיי האבן אין אונז אריינגעבאקן די ערגסטע זאכן אן צו פילן אז זיי טוהן נישט די ריכטיגע זאך. זיי האבן מצליח געווען אונז צו דערשרעקן.
דאס האט זיי געגעבן א שוואכע אין קראנקע געפיל פון פרייד מיט זייער אויפירונג. דערנאך האבן זיי זיך גענומען טייטלען מיט די פינגער צו די גרויליקע קוימענס. "איר זעהט די רויעך וואס קומען ארויס פון דארט אויוון..." יא, צו איר גלייבט אדער נישט, דאס זענען אלע ענקערע משפחות וואס זענען געקומען אין די לאגער מיט די לאסט אויטאס". אונז זענען אלע געווען אין שאק!
"עטס זעהט..."זיי זענען געווען די גליקליכע. מען האט זיי גלייך גענומען צו די קרעמאטאריאמס, אין די אויוונס". די צוויי עלטערע שוועסטערס פון די ערליכע משפחה, וואס זענען געווען אין די טויט באן האבן ארויס געלאזט א הארץ רייסענדע געשריי און האבן גע'חלש'ט. זייער מאמע מיט די דריי קליינע שוועסטער זענען אריין געקומען אין לאגער מיט די לאסט אויטא.
מיר האבן זיי דערמינטערט און פראבירט ווי ווייט מעגליך זיי צו טרייסטן. אבער וואס האט מען געקענט זאגן? אונז זענען שיעור אראפ פון זינען ווען מיר האבן דאס געהערט. זאל מען זיי גלייבן? קען עס זיין אמת? מיר האבן זיך שוין מער נישט געוואלט צוהערן צו זיי. מיר זענען בייז געווען אויף זייער אויפפירונג. וואס האט געברענגט די פרויען צו זיין אזוי סאדיסטיש אין שלעכט?
דאס זיין איינגעשפארט אין דעם פארזאמלונג לאגער האט זיי דערשטיקט? קען מען זיי דען פאראורטיילן? עס האט נאר גענומען א שטיקל צייט ביז איך האב זיי פארשטאנען. נאכן האבן איבערגעלעבט צוויי
יאהר אויף דעם ערדישן גיהנום האבן זיי געוואלט נאר נקמה נעמען... דאס איז געווען זייער טרייסט. אין דעריבער האבן זיי אונז דערציילט גלייך וואס עס טוהט זיך דא אפ ליידנדיג שוין צוויי יאהר... אנדערש קען מען עס נישט אויסטייטשן. אונז האבן לאנגע טעג נישט געקענט אראפ נעמען אונזערע אויגן פון די ריזיגע קוימענס נעבן אונזערע בלאק.
אונז זענען געווען פארגאפן און געקוקט אויף די דיקע רויעך און געפילט די שרעקליכע גראך וואס איז ארויס געקומען פון די הויכע טונעלן און זיך אראפ געשליידערט אין די לאגערס. גייט עס אויך זיין מיין גורל? איך בין געווען קערפערליך און גייסטליך צומישט. מיין ליידיגער מאגן האט פארלאנגט זיינס.
אבער איך בין געוועהן אזוי מיד און אויסגעשעפט אז איך בין ביים ענדע איינגעשלאפן. מיר זענען געווען צוגעדרוקט איינע צו די צווייטע צו פראבירן צו זיך דערווארעמען. אין די באגרענצטע פלאץ וואס מיר האבן געהאט צו שלאפן פאר יעדן מענטש איז נישט געווען מעגליך זיך אויסצוציען זעלבסט פארשטענדליך.
יעדער געפאנגענער האט געדארפט זיין זייער פארזיכטיג נישט אנצורירן יענעם'ס קאפ מיט זיינע פיס. ס'איז געווען פינעף אזייגער פארטאגס, פונקט א שעה נאכדעם ווי מיר האבן זיך אראפ געלייגט שלאפן האט מען אונז פלוצלינג אויפגעוועקט מיט קולי קולות פון די דייטשן.
"רויס, שנעל, שנעלער ארויס גיין אינדרויסן!" די הויפט פון די בלאק, אונזער "קאפא" האט געהאט דעם כבוד אויף צו וועקן די וואס האבן נישט גלייך געהערט די קולות ארויס צו גיין. מיט איר שטעקעלע האט זי גוט אויסגעפירט איר פליכט, אן קיין רחמנות. זי האט גוט געוואוסט אז אנדערש וועט זי דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר די נאצי ימ"ש וואס זענען העכער איר.
יעדער איינוואוינער האט זיך געמוזט שטעלן צום אפעל אינדרויסן אין הויף. ס'איז געווען אסאך מאל שרעקליך. מען האט געמוזט אסאך מאל שטיין צוויי שעה אין די קעלט. אין די צייט זענען מיר געווען אינטערן אויפזיכט פון די עס עס אפיצירן, און מיר האבן נאך געמוזט האבן אסאך סיעתא דשמיא ער זאל נישט זיין אין א משוגענע גיסטע.
אונזערע דינע זימער קליידער זענען בכלל נישט געווען צוגעפאסט צום וועטער. די ווינטן האבן געבלאזן, אונזערע קערפער'ס האבן געציטערט פאר קעלט, און די ציין האבן געקריצט. דער ערשטע אפיל איז געווען אן אפקומעניש. אין אזא מצב, אזא קעלט, איז שווער געוועהן זיך צו האלטן. איך בין אינדערהיים געוועהן צוגעוואוינט זיך אויסצושלאפן ביי די נעכט און שעפן פרישע כוחות.
און דא, קוים בין איך איינגעשלאפן האט מען אונז ארויס געשלעפט פון בעט. איך האב געמיינט איך וועל חלומען פון מיין היים, מיינע עלטערן, מיין משפחה און פלוצלינג איז אלעס אפגעהאקט געווארן. ווי שרעקליך וועט עס זיין זיך אויף צו וועקן און זעהן די שרעקליכסטע ווירקליכקייט פון אוישוויץ!
עס וואלט דען נישט געשמאקער געווען צו בלייבן שלאפן און חלומען פון די גוטע צייטן?! די זעלבע פרויען וואס האבן אונז אויפגענומען דא און דערציילט ווי די משפחות, אונזערע, ווערן אוועק געפירט צום טויט, זענען געלאפן די ערשטע צום אפיל. די ערפארונג האט זיי געלערנט אז מען מוז זיך יאגן צום אפיל, צו פארמיידן די קאפאס.
עטא און איך זענען נאכגעגאנגען אין קעמפ אינדרויסן צום אפיל. אן עלעגאנטער נאצי ימ"ש האט אנגעפאנגען צו רעדן. ער האט אונז אינפארמירט פונקטליך אויף די די רעגלעמענטן פונעם לאגער מיט זיינע גיפטיגע אויגן און האס, באטראכטנדיג די נייע געפאנגענע אין זייערע נייע וועלט!
ער האט מיט גרויס הנאה דערציילט וויאזוי דער קעמפ איז גענצליך ארום גענומען מיט עלעקטרישע שטעך דראד מיט הויעכע שטרום וואס לויפט דערין.
ער האט אונז געווארנט אז פון דא קען מען נישט אנטלויפן. דער וואס וועט עס פראבירן צו טוהן וועט ווערן שווער געשטראפט! דערנאך האט ער געשילדערט די גרויסקייט פונעם דייטש ימ"ש. ער האט אונז צו וויסן געטוהן אז פאר אונזערע אינטערעס דארף מען ארבעטן פארן גרויסן דריטער רייך אין דער פירער ימ"ש.
ער האט ווייטער געשילדערט וואס עס ערווארטעט דעם געפאנגענעם וואס וועט נישט געהעריג ארבעטן... די דרויסנדיגע רעדע איז אריין אין מיין זכרון. אונז גענומען זיינע לעצטע ווערטער צום הארץ און באשלאסן צו ארבעטן כדי צו פארמיידן צרות. די מלחמה צו איבערלעבן האט זיך אנגעפאנגען.
אין די קומענדיגע טעג האב איך זיך צוגעוואוינט זיך צו דערשרעקן פון די וואכענדיגע סעלעקציע. אלע האבן געציטערט פון די וואכנדיגע איבונג. די ארבעט פון אונזערע פייניגער איז געווען קלאר, עס האט נישט געלאזט קיין שום צווייפל!
די איינפאכע און בייזוויליגע צוועק פון די סעלעקציע איז געווען צו באזייטיגן די וואס האבן נישט געארבעט אדער וואס זענען געווען צו קראנק צו ארבעטן. אונז געפאנגענע האבן אויסגעטייטשט די "סעלעקציע" אלץ אן אינסטרומענט צו אונז דערשרעקן. אין די לאנגע שעות פון אפיל האט געהערשט א טויט שטילקייט.
איך האב מיט מיינע מחשבות זיך געוואלט אנכאפן צו עפעס כדי נישט משוגע צו ווערן. ס'איז געווען שווער זיך צו קאנסעטרירן אויף עפעס אנדערש ווי אויף די אייגענע מחשבות, וואס וועט זיין... איך האב דאן פארשטאנען אז די צווייטע וועלט'ס קריג אין אייראפא איז אויך א גייסטליכע קריג אין די ווענט פון אוישוויץ. א גייסטליכע קריג ווי געווער אין שווערד האבן מיט געארבעט.
איך האב דאן פארשטאנען אז די אויסגערעכנטע דייטשן, די פייניגערס האבן איין ציל, צו דערנידערן דאס אידישע פאלק צו זייער קני. זיי האבן זייער פונקטליך מיט אונז אומגעגאנגען מיר זאלן זיי מוזן זיין אין גאנצן אינטערטעניג און פילן אז מיר זענען נישט מער ווערד ווי אלטע שמאטעס. דאס מיר זענען ווערים וואס ווארטן אין די רייע מען זאל אונז אום ברענגן.
אונז האבן געקעמפט צו איבערלעבן. נאר מיט דעם באשלוס האט מען געקענט האפן צו רחמי שמים, און צו איבערלעבן. אונזערע פייניגער'ס האבן אונז געהאלפן ביים לעבן צו אונז אויסניצן, די אלע וואס האבן איבער געלעבט די סעלעקשן האט געווארט א איבעראשונג, א קאווע! אבער אונזערע קאווע האט מיט גארנישט געענדלט צו די היימישע קאווע וואס מען פלעגט טרינקען אין דער היים.
עס האט נאר געהייסן קאווע. ס'איז נאר געווען א יאגעניש צו קענען באקומען דעם טרינק ווי לאנג עס איז נאך געווען ווארעם. מען האט עס געטיילט אין שמוציגע אלומיניום טעפלעך צוזאמען מיט א שטיקל ברויט. אין געציילטע סעקונדעס איז אלעס געווארן אראפ געשלינגען דארך אויסגעהונגערטע מאגן'ס. אפילו איין שטיקל סימן פון ברויט איז נישט געבליבן.
א האלבע שעה שפעטער האבן די איבערלעבערס זיך געמוזט צוריק שטעלן אין שורות. יעצט איז זעקס אזייגער צופרי, מען גייט אונז אויסטיילן די ארבעט און פארשריפטן פארן טאג. פאר עטא מיט מיר איז באשטאנען די ארבעט, מיט נאך אנדערע, צו צוברעכן שטיינער און מאכן גאסן. אונז האבן פארלאזט דעם לאגער באגלייט דורך אן עס. עס.
אפיצירטע, א פרוי, זי האט געהאלטן די שטריק פון ריזיגע פאליציי הינט, און אויך עס. עס מענער זענען זיי נאכגעגאנגען. ביי מיטאג, איז געווען א פאזע פון א האלבע שעה. מען האט אונז געגעבן זופ אין די זעלבע בלעכענע שיסלעך. אין ווירקליכקייט איז עס געווען אביסל ווארעם וואסער מיט שטיקעלעך קרויט און א גרין בלעטל האט געשווימען אין דעם.
ווארשיינדליך איבערבלייבעכץ פון די עס. עס. אפיצירן'ס מאלצייט. די מעטאלענע טעפלעך איז געווארן א חלק פון אונזערע לעבן. יעדער איינער האט עס געמוזט צובינדן צו
זיין שלוס, צום קלייד. דאס איז געווען לעבנס נויטיג צו קענען איבערלעבן. דאן איז מען צוריק געגאנגען צו אונזער שווערע ארבעט וואס האט צובראכן אונזער ריקן ביז פינעף אזייגער פארנאכט. דאן איז מען צוריק געגאנגען צו אונזערע באראקן. ביים אריינגאנג פונעם לאגער האט מען אונז דורך געקוקט. איך האב זיך אסאך מאל געוואונדערט פארוואס מען אונטערזוכט אונז?
וואס האט מען שוין געקענט אריין ברענגען אין קעמפ פון אונזער ארבייטס פלאץ? דערנאך איז מען אריין אין לאגער און זיך גלייך געמוזט צושטעלן צו די נאכט אפיל. מיר זענען געווען אויסגעשעפט, אויסגעהונגערט, און שמוציג. אבער מיר האבן געמוזט זיין וואך און גרייט צו קענען ענפערן ווען מען האט אויסגערופן אונזער נאמער.
די איינוואוינער וואס האבן נעבעך נישט פארשטאנען דייטש האבן ליידער באקומען קלעפ, פארן נישט ענפערן. מיט דעם האבן די נאציס ימ"ש געוואלט זייערע געפאנגענע אויסלערנען זיך צוצושטעלן צו זייערע פונקטליכע פארשריפטן און פאלגזאמקייט, אין דיציפלין.
עטא מיט מיר האבן געהאט די גרויס מזל צו כאפן די שפראך (ווייל מיר האבן געקענט אידיש) און אזוי נאך פארמיידן דערנידערונגען און פיינגונגען. נאך דעם אפיל וואס האט געדוירט א שעה, ס'איז אונז שוין געווען זייער שווער צו שטיין אויף די פיס, האט מען אונז דאן אויסגעטיילט דעם פרישטיג פון דעם אנדערן צופרי.
די פרישטיג איז באשטאנען פון צוויי שווארץ ברויט, א קעסטעלע מארגארין, א קאווע לעפעלע מארמעלאד, פאר יעדע פאנגער. אין די עסן איז געווען אריין געמישט בראמיד, א פראדוקט מיר זאלן נישט האבן די וועסט און צו אונז בארואיגן. די מאלצייט האט געדארפט זיין גענוג ביזן אנדערן טאג פארנאכט.
מיט דעם דייעט איז מען געווען זיכער צו וועגן ווייניגער ווי פערציג קילא יעדן חודש. די עסן איז געווען אויסגערעכנט לויט די ארבעט וואס מען האט איבערגעגעבן, פונקט גענוג צו אונז ערנערן פאר מינימום וואס באשטייט. מיין שוועגערין און איך האבן באשלאסן צו עסן נאר איין שטיקל ברויט ביינאכט און האלטן די צווייטע פאר מארגן.
אבער רוב פון די מיידלעך האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן און אויפגעגעסן גלייך ביידע שטיקלעך ברויט. האט מען זיי דען געקענט פאראורטיילן? די יעצט איבערלעבן איז געווען פאר אלעס. ס'איז אונז נישט גרינג אנגעקומען צו באהאלטן און האלטן דעם שטיקל ברויט, דער אוצר. עס האט געפאדערט פון אונז די גרעסטער כח המעצר, זיך איינצוהאלטן פון קערפערליכע הונגער.
ווי האבן אונז גענומען דעם קראפט זיך צוריק צו האלטן פון עס גלייך ביינאכט אויפעסן. און נאך א זאך, אונז האבן געלעבט אין א געפאר אז מען קען אונז גנב'ענען די צווייטע שטיקל ברויט ביים שלאף. טראץ דעם וואס מען האט עס באהאלטן אונטער אונזער אייגענע קאפ. די איינציגע וועג צו ראטעווען אונזערע עסן איז געווען צו עס פארשטעקן נאנט צו אונזער קערפער, אונזער מאגן.
אונזערע פארזעעניש האט זיך אויסגעצאלט. די וואס האבן גלייך אויפגעגעסן זייערע צוויי שטיקלעך ברויט זענען דעם אנדערן טאג געווען אויסגעהונגערט, און גארנישט געהאט צו עסן. אפילו זיי האבן באשלאסן נישט אויפצועסן די גאנצע דעם אנדערן אויפדערנאכט, האבן זיי זיך נישט געקענט איינהאלטן און אלעס אויפגעגעסן אין איין מאהל.
די אייגענע מלחמה צו איבערלעבן האט אונז נישט צוריק געהאלטן פון ארויס העלפן אונזערע חברטעס ווי ווייט מעגליך. מיט חיזוק ווערטער אדער קערפערליכע הילף. די איינוואוינער האבן געוואוסט אז מיר טיילן זיך אלע מיטן זעלבן שיקזאל,גורל. זייער איידלקייט און מענטשליכקייט האט ארויס געשיינט.
ס'איז געווען א גרויסע טרייסט צו וויסן אז מען איז נישט אליין, נאר אז מען האט איינער דעם אנדערן.
די היגיענע איז נישט געווען קיין רעדע אין אוישוויץ. זיך געהעריג רייניגן און וואשן איז נישט געווען מעגליך. נישט האבנדיג קיין וואסער לייטונג, האבן מיר זיך אפגעריבן מיט שניי וואס מיר האבן אויפגעהויבן פון די ערד. די באדע-צימערס, טאמער מען האט עס געקענט אזוי רופן, זענען געווען דריי בלאקן אוועק פון אונזער בלאק.
צו גיין דארטן ביי נאכט אין די קעלט איז געווען פארבינדן מיט א געפאר. דאס האט געהייסן אריבער צו גיין א שטח וואס איז געווען דורך געפרוירן ביז צו די ביינער און עס איז נישט געווען כמעט מעגליך אנצוקומען דארט אן זיך אויסגליטשן אדע זיך צוברעכן די ביינער. אבער כדי צו קענען איבערלעבן האט מען זיך געמוזט ווי ווייט מעגליך האלטן ריין.
מיר האבן געוואוסט אז יעדע וואך איז געווען א קערפליכע בדיקה צו זעהן אויב מיר האבן נישט קיין פלעקן אדער שמוץ אויף אונזער קערפער. מיר האבן געהאט צוויי ברירות, זיין ריין אדער האבן די ריזיקא צו ווערן גלייך געשיקט צו די קרעמאטאריאמס ח"ו. וואס האט מען געקענט טוהן אז מיר האבן נישט געהאט די מינימום צוגעשטעלט זיך צו האלטן ריין?
ווי האט מען געקענט איבערלעבן און גוט אויסזעהן אן זיך צו קענען וואשן? מער ווי איין מאהל האט אונז די קאפא געשלאגן מיט זיין שטעקן וואס האט שרעקליך געקנאקט! פונעם ווינקל פון איר אויג, אזוי ווי א יעגער לאקערט נאך זיין קרבן, פלעגט די קאפא אונז נאכקוקן צו טרעפן א תירוץ אויף א נישט גוטע אויפירונג אין אונז דעריבער קענען שלאגן.
אין זייער גרויסע האס צו די אידן האבן די דייטשן געקלערט אז ס'איז א גוטע איינפאל אז אידן זאלן שלאגן אידן אזוי ווי אין מצרים, פאר זיי זענען ארויס פון מצרים, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה. דאס איז געווען א טריק פון די דייטשן נאך מער אונז אינטערדריקן און באליידיגן.
עטא מיט מיר האבן אנפאנג נישט געוואלט עסן די זופ וועגן די פארדעכטיגן אויסזעהן און וועגן כשרות. דאס האט אנגעהאלטן אכט טעג. שרעקליך אפגעשוואכט, האבן מיר באשלאסן אז די תורה הייסט "ושמרתם את נפשותיכם". איבער דעם כדי איבערצולעבן האבן אונז געמוזט עסן די זופ. איך האב געוואוסט אז מיין טאטע אלץ רב, וואלט אזוי גע'פסק'נט פאר זיינע אנהענגערס.
מיר האבן געמוזט טוהן וואס עס איז נאר מעגליך צו טוהן כדי צו בלייבן לעבן און נישט אריין פאלן אין די דייטשע נעגל.
ס'איז מיר געבליבן די איינדרוק פון א אונגערישע יונג מיידל וואס האט געפאסט יעדן מאנטיג אין דאנערשטיג (א אידישע מנהג אין גאר פרומע משפחות צו פאסטן מאנטיג אין דאנערשטיג) איך האב געפילט א פאראטווארטליכקייט לגבי מיינע אידישע געשוויסטער און זיך ביי איר געבעטן זי זאל נישט פאסטן ווייל ס'איז פיקוח נפש.
אבער צום גרויסן באדויר איז די יונגע מיידל געווען באשלאסן צו פאסטן מאנטיג און דאנערשטיג. איר הונגעריגע מאגן און קערפער האבן עס נישט אויסגעהאלטן און זי איז פארשוואונדן געווארן נאר נאך א פאר וואכן ביי א סעלעקציע. איך האב איר שטארק באוויינט און באדוירט אז איך האב איר נישט געקענט איבער רעדן.
איך האב זיך שנעל אויסגעלערנט אז ס'איז זייער וויכטיג זיך צו ארגאניזירן. ס'איז געווען וויכטיג איך זאל עפעס אוועק געבן פון מיינע זאכן כדי זיך צו קענען וואשן אין א באראק פון די פוילישע גויים, קריגס געפאנגענע. אביסל היגיענע וועט מיר געבן די קראפט צו אויסהאלטן לענגער.
איך האב פון מיין האר געפלאכטן צוויי קליינע צעפעלעך, איך האב זיי באהאפטן אויף מיין קאפ מיט א שטיקל העלצל וואס איך האב געטראפן ביי אונזער ארבעט אין וואלד. מיט די האר ארויף האב איך אויסגעזעהן ווי א פוילישע
אדער א גוי. מיין פלאן איז געווען אויפצושטיין פרי פאר די אפיל און פראבירן זיך צו וואשן אין די פוילישע בלאק. עטא האט מיר געוואלט באגלייטן, אבער זי האט געציטערט מען זאל איר נישט כאפן. פרי איין אינדערפרי, פארשטעלט ווי איך בין געווען האב איך זיך אריין געכאפט אין די פוילישן בלאק, פון קריגס געפאנגענע. ס'איז געווען א גרופע פון פראסטע מענטשן.
זיי זענען געווען מערדערס , קאמוניסטן, אינטעוועלטניקעס. איך האב פארזיכטיג צוגעדעקט מיין נומער פון האנט און אזוי האב איך געהאט די מעגליכקייט זיך צו וואשן אפאר טעג. די גליק האט זיך נישט לאנג געצויגן. א פויליש מיידל האט באמערקט מיין נומער אויף מיין האנט.
זי האט מיט די האנט געפינטלט צו מיר און אויסגעשריגן "העי, ביסט נישט א ייד?" איך האב געמוזט מאכן וואס שנעלער פליטה. איך האב געמאכט ווי איך הער איר נישט, או ן זיך נישט אנגערופן. איך האב שנעל צוזאמען גענומען מיינע זאכן און אוועק געלאפן פון באראק ווי שנעל עס האט זיך געלאזט.
איך בין ניצול געווארן פאר איינער האט זיך געקענט אריענטירן און כאפן וואס עס גייט פאר. איך האב זיך א לאנגע צייט נישט דערווייגט צוריק צו גיין צו יענע פוילישע באראקן. טראץ דעם וואס מען האט אונז שטרענג קאנטראלירט יעדן טאג איז מיר געלונגען צו באהאלטן מיינע דריי טייערע משפחה בילדער. זיי זענען מיר געווען אזוי טייער!
פאר א מאנאטליכע אונטערזיכונג ווי מיר האבן זיך געמוזט אויסטוהן אינגאנצן האב איך געגעבן די בילדער צו א אונגארישע קאפא. אלץ א געבוירענע אונגארישע האב איך איר געבעטן אויף אונגאריש זי זאל מיר האלטן די בילדער ביז די ענדע פון די סעלעקציע. די בילדער זענען פון גרויס באדייט, האב איך זיך געבעטן ביי איר. "אקעי" האט זי געענטפערט.
די סעלעקציע איז געווען אן אנשטרענגונג. ליידער אסאך מיידלעך האט מען באזייטיגט און געשיקט צו די קרעמאטאריאמס. נאכן דאנקן דעם רבונו של עולם פאר מיר שענקען צו איבערלעבן נאך א טאג בין איך געלאפן זוכן די אונגארישע קאפא. אבער איך האב איר אין ערגעץ נישט געטראפן. איך האב איר איבער א וואך ארום געזוכט.
ענדליך האב איך אויסגעפינען אז זי געפינט זיך אין אן אנדער בלאק. איך האב ביי איר געבעטן זי זאל מיר צוריק געבן די בילדער. די קאפא האט זיך אויף מיר אויפגערעגט און געזאגט מיט כעס "איך האב פון דיר קיין שום בילדער נישט באקומען". איך האב פראבירט צוריק צו האלטן מיינע טרערן.
זי האט נאר געלאכט אין געזאגט "חוץ פון דעם, אפילו איך וואלט זיי יא באקומען וואלט איך זיי צוריסן". איך האב זיך נישט געקענט בארואיגן. ווי קען מען זיין אזוי שלעכט? האב איך דען געבעטן אזא שווערע זאך? די בילדער זענען געווען מיין איינצוגע פארבינדונג מיט די פרייע וועלט. די קליינע פארבינדונג מיט מיין משפחה וואס איז מיר געווען אזא אוצר איז שוין אויך נישט דא.
אוועק! פאר אייביג. איך האב געלאזט רינען אסאך ביטערע טרערן. דאס ערגסטע געפיל איז געווען אז איך קען זיך גארנישט העלפן. און יעצט, מער ווי פריער האב איך זיך געפילט פארלוירן, איינזאם...אליין... אונז זענען פון אונזער שווערע קערפליכע ארבעט צוריק געקומען ערשעפט. אונזער אפגעשוואכטע קערפערס האבן נאכנישט געהאט די פילע מאס פון ליידן.
מיר האבן קוים געהאט צייט זיך צו אראפ לייגן אויסצוריען. און ווען מען האט שוין ענדליך מצליח געווען איינצושלאפן אין א טיפע שלאף, האט מען אונז מיט געוואלד אויפגעוועקט כדי מען זאל זיך צושטעלן צום אפיל.
דער מאנגל פון שלאף האט אונז גייסטליך צושטערט און אפגעשוואכט אונזערע קערפערס. די נאכט שעות זענען שווער געווארן. קיינמאהל איז דער שלאף נישט געווען אזוי נויטיג ווי יעצט אין אין די זעלבע צייט אוועק געריסן פון אונז, פארבאטן! יעדע מאמענט איז געווען א געראנגל מיטן לעבן. יעדע מאמענט נאך לעבעדיג, א נצחון!
קאפיטל 10 א שרעקליכע ענדעקונג אונז האבן נישט געהאט קיין רעכט צו מעדיצינישע הילף נאר אין אויסגעווענדליכע פעלער. ס'איז געווען אין יעדן אינטערעס נישט זיך איינגעבן אלץ קראנקער. די דייטשע דאקטוירים האבן דעם קראנקן געקענט פאזיגלען ער זאל ווערן "אריבערגעפירט". מיר האבן פונקטליך געוואוסט אז אריבער פירן האט געמיינט: אן איין וועג טיקעט צו די קרעמאטאריאם.
נאך פיר חדשים זיין אין אוישוויץ האב איך צו מיין גרויס שרעק אויסגעפינען אז איך בין שוואנגער. ס'איז נישט קיין וואונדער אז איך האב עס נישט געכאפט פריער. ס'איז דערפאר ווייל אין אוישוויץ האט מען אריין געלייגט אין די עסן א פראדוקט וואס הייסט "בראמיד" און צוליב דעם האט קיין איין פרוי אדער מיידל נישט באקומען די אורח נשים.
אלע פרויען האבן געהאט געשוואלענע מאגנס צוליב די סם וואס מען האט אריין געלייגט אין די עסן. אזוי אז מיין שוואנגערשאפט איז מיר געווען א גרויסע איבעראשונג. אבער איך האב געוואוסט אז איך מוז באהאלטן דעם סוד. איך האב געמוזט צאלן א הויכע פרייז צו באהאלטן מיין שוואנגעשאפט. איך האב געקויפט א סלאוואקישע שירצל מיט פאלבן פון א געפאנגענעם.
ס'איז געווען זייער טייער. איך האב מיין ברויט פון אסאך טעג געמוזט אוועק געבן דערפאר. אבער ס'איז ווערד געווען. די צייט וואס איך האב דערלייגט מיין ברויט האט מיין שוועגערין עטא מיט איר גוט הארציקייט צוטיילט איר מאגערע פארציע ברויט, טראץ דעם וואס איך האב זיך פראבירט קעגן צו שטעלן.
צוליב די אומשטענדן איז איר אויפירעכץ געווען העלדיש, גרויס איז געווען איר חסד. איך האב ווייטער געארבעט אזוי ווי פריער, אזוי ווי גארנישט איז נישט אנדערש אין ביי יעדע וואכעדיגע סעלעקציע בין איך געשטאנען די לעצטע אין די רייע. ס'איז געווען א נס אז מיין מאגן איז נישט געווארן שטארק געשוואלן.
ס'איז געווען א גרויסע נס אז ביי די מאנאטליכע סעלעקציע ווען איך בין געווען אויסגעטוהן האט קיינער נישט באמערקט מיין שוואנגערשאפט. איך האב מיט מיין מצב פראבירט צו שטרעבן צו איבערלעבן. איבערלעבן טראץ די גרויסע געפארן אין די אוממענטשליכע אומשטענדן ווי מיר זענען געווען.
די בראמיד וואס מען האט צוגעלייגט צו אונזער עסן האט געברענגט דערצו אז פארשידענע מיידלעך האבן זיך אנגעפאנגען צו פירן מאדנע. א פאר זענען אריין אין כעס אין געוויזן מיטן פויסט. אנדערע זענען געווארן דעפרעסט און זיך געווארפן אונטער די עלעקטרישע שטעך דראד צו ענדיגן זייער לעבן.
דאס לעבן איז מיר געווען אזוי טייער אז איך האב זיך דערצו פראבירט אנצוכאפן ווי ווייט מעגליך. אז די נאציס האבן מיר אנגעקוקט ווי זייער שונא איז געווען ווייל "עשיו שונא ליעקב" נאר דערפאר, ווייל דער גוי איז מקנא דעם איד וויל ער אים באזייטיגן. איך האב פראבירט צו האלטן פעסט אין מיין אמונה און צלם אלוקים.
די ערשטע געדאנק מיינע איז געווען נישט צו ווערן אזוי ווי זיי. איך האב געדארפט בלייבן א בת מלך. זיך ח"ו נישט לערנען פון זייער אום מענטשליכע אויפפירונג. איך האב זיך דערמאנט אז איך האב אמאל געלערנט אז וויי טוהן אדער בא'אוולען א מענטש איז א גרויסע עבירה, ווייל אדם, דער מענטש איז א צלם אלוקים און איז פארזיגלט מיט זיין גרויסקייט.
איך האב זיך געמוזט שטארקן נישט צוזאמען צופאלן אין די גיהנום. איך האב זיך דערמאנט אין די חינוך וואס איך האב באקומען פון מיינע עלטערין אין פראנקרייך. זייערע
אויפפירונג און וועג ווייזערס האבן מיר אסאך כח און מוט געגעבן צו וועלן איבערלעבן די נאצישע חיות. אין איינע פון די זעלטענע מאמענטן פון קלערן קלאר, האט מיין מח פראבירט אן א הצלחה, צו פארשטיין וואס עס קומט פאר מיט מיינע ביישלעפערס. איך האב זיך ארום געקוקט און פראבירט צו פארשטיין וואס עס טוט זיך אין זייער קאפ. באוויינען זיי די מצב שטילערהייט?
שטרעבן זיי צו איבערלעבן? וואס פילן זיי? האבן זיי איינעם וואס זארגט זיך פאר זיי? מיט די געדאנקען האב איך זיך אפגעגעבן מיט מיין שוועגערין עטא, מיין טייערע שוועגערין האט זיך געראנגלד מיטן לעבן ווייל איר עלטער און איר שוואכקייט האט איר געמאכט פילן אום באהאלפן.
איך בין געווען באוואוסטזיין אז די נאציס ימ"ש האבן געהאט א פערטיגן פלאן איבער מיין גורל און אונז אלע געפאנגענע. אבער ס'איז געווען איין זאך וואס איך בין געווען איבערצייגט, זיי וועלן מיר נישט קענען צונעמען: "מיין בטחון אין ה'", און דער באשלוס צו בלייבן א פרומער איד וואס עס זאל נאר נישט זיין.
דער שטארקער ווילן צו זיין אן ערליכער ייד און צו וועלן לעבן, האט מיר געגעבן פרישע קראפט יעדן טאג צו קעמפן קעגן טויט וואס האט געלויערט אין קעמפ. איך האב געפילט אז דאס האט מיר געגעבן א שטארקן חיזוק. איך האב זיך אנגעגארטלט אין רבונו של עולם און גענצליך זיך פארלאזט אויף אים. דאס האט מיר געגעבן דעם ווילן און כח צו וועלן קעמפן, צו וועלן איבערלעבן.
איך האב באשלאסן אז דער ווילן צו בלייבן לעבן, טראץ דעם וואס מיר זענען געווען אפגעשוואכט און ערשעפט, דאס מיסהאנדלונג און דאס ערנידערונג איז מעגליך געווען אויסצוהאלטן נאר אז מען האט געוואוסט אז מען איז נישט אליין. דערפאר האב איך זיך באהאפטן צו ה' אין די שווערע צייטן.
דער רבונו של עולם האט געוואוסט מיין שטרעבן און נאר ער ברוך הוא האט געקענט ברענגען מיין ישועה. מיין לעבן אדער טויט איז אין זיינע הענט. צו שטארקן מיין אמונה אין רבונו של עולם האב איך אנגעפאנגען צו דאווענען די תפילות וואס איך האב געקענט אויף אויסנווייניג. מיין טאטע ז"ל, ר' יודא לייביש האט מיר אסאך תפילות אויסגעלערנט אויף אויסנווייניג.
ער פלעגט מיר זאגן שטרענגערהייט "דאוון נישט אויסנווייניג נאר אז די ביסט אין א מצב ווי די האסט נישט קיין ברירה ווי די האסט נישט קיין סידור". דאס איז געווען אזא געלעגנהייט. איך האב זיך געוואנדן צו ה' אין אים געבעטן ער זאל מיר שטארקן און אז איך זאל איבערלעבן דעם גיהנום.
איין טאג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביי א שטח נאנט צו די גאס און מען האט דארט געמוזט יענעם טאג ארבעטן. איך האב געזעהן גריבער, און איך האב אריין געבליקט אין זיי. פלוצלינג, צו מיין שרעק און איבעראשונג זעה איך אריין געווארפן אין די גריבער פארשידענע תשמישי קדושה, צווישן זיי ספרים, סידורים, טליתים, תפילין און ספרי תורה. איך האב געקוקט מיט גרויל.
איך האב זיך געקענט פארשטעלן וואס פארא אומשטענדן האבן געברענגט דערצו אז מען זאל דא אריין לייגן דאס וואס איז אונז אזוי הייליג און טייער. איך האב ווייטער געקוקט מיט עקל. איך האב זיך פארגעשטעלט די אומשטענדן וואס זענען געווען די אורזאך פון אראפ לייגן די אלע הייליגע זאכן.
ס'איז נישט קיין ספק אז די געגנט דערציילט די טרויעריגע געשיכטע פון אסאך אנדערע אידן וואס זענען געווארן "סעלעקטירט" און זייערע פארמעגנס האט מען דא באזייטיגט אן קיין יום טוב!!! איך האב זיך געוואלט דערנענטערן און ראטעווען א סידור'ל נאך וועלכן איך האב זיך אזוי געבענקט. אבער מיין קאפ האט מיר געזאגט אז איך שפיל זיך מיטן לעבן.
זיך צו אראפ בייגן צו די הייליגע חפצים און נעמן א פאר פון זיי האט באדייט א זיכערן טויט. איך האב געמוזט באזייטיגן מיינע הארציגע און הייליגע געפילן און איבערלאזן אלע תשמישי קדושה אויף זייער פלאץ.
קאפיטל 11 באלויכטן די טינקלקייט איך האב באשלאסן נישט צו זיין צובראכן פון מיינע אונטערדריקערס. איך האב געטראפן הילף דארך זיך אנצוכאפן אין מיין אידישע אמונה. איך בין א איד, א שטאלצער איד. און אזוי וועל איך אייביג בלייבן. איך האב זיך געוואנדן צו מיין שוועגערין מיט א פלאן ווי אזוי צו שטארקן אונזערע גייסטליכע געפילן.
"וואלסטו זיך באגאנגען פון א פארציע ברויט אז מיר זאלן קענען קויפן שבת ליכט?" האב איך געפרעגט עטא. אין קעמפ איז געווען א שווארצע מארק. די גוישע געפאנגענע פלעגן אריין באקומען פעקלעך פון די דרויסנדיגע וועלט, אלעס נאר נישט ברויט. מען האט אלעס געקענט באקומען פאר א שטיקל ברויט. די ברויט איז געווען דער אינטערנאציאלע מטבע אין לאגער.
איך האב מצליח געווען צו באקומען א לעכט פאר א שטיקל ברויט. איך האב עס צושניטן אין צוויי און דאס זענען געווען מיינע שבת קודש לעכט. איך בין גאנץ שטאלץ געווען מיט מיין מסחר. איך האב באקומען דאס לעכטל פאר איין שטיקל ברויט אנשטאט צוויי אזוי ווי זיי האבן געוואלט. ס'איז געווען שווער צו קעמפן מיטן גורל, יעדער איז געווארן אן אויסגעדארטע גייענדיגע קערפער.
נאך מער, איך האב זיך אום געקוקט. איך בין געווען ארום גענומען מיט פרויען וואס מען האט נישט געקענט דערקענען פארגליכען צו זייער אויסזעהן פון פאר די מלחמה. ס'איז געווען ביישלעפערס אין אונזער באראק וואס האבן פארלוירן די חשקות חיים. עס האט אויסגעזעהן ווי זיי ווארטן אויפן טויט זיי צו באפרייען פון זייערע צרות.
איך גלויב אז איך האב גוט צוגעטראפן מיט מיין השערה! בין איך דען נישט געווען אזוי ווי זיי? האב איך צו מיר אליין געקלערט. בין איך דען נישט געווען א נעבעכדיגע פעקעלע הויט וואס האט ארום גענומען א פעקל ביינדלעך? בין איך דען נישט געווען גלייך צו אלע געפאנגענע? א שפיגל איז נישט געווען אין די לאגערס, נאך א נס.
קיינער האט נישט געזעהן אין שפיגל ווי ווייט שרעקליך ער זעהט אויס. איך האב געהאלטן אין איין בעטן ה' זאל אונז באפרייען. אין מיר האט געברענט א פלאם פון האפענונג, אז איך וועל איבער לעבן דעם גזר דין. איך וועל לעבן! איך האב געהאפט צו באפרייט ווערן אין זכות פון מיינע הייליגע עלטערן ז"ל.
איך האב געגלייבט באמונה שלימה אז מיין שוועגערין מיט מיר וועלן ארויס גיין פון דא לעבעדיג. דער כח הבטחון אין ג-ט האט מיר געהאלטן איך זאל זיך נישט אראפ לאזן פון די מדריגות. איך זאל נישט ווערן דיפרעסט. איך האב געהאפט אז גוטע צייטן גייען קומען, אז די זון וועט צוריק אויפשיינען. עטא מיט מיר האבן עפעס געהערט א שמועה אז די רוסן זענען נאנט.
מיר האבן געוואלט זיי זאלן קומען. זיי מוזן קומען... אונז האבן געשלינגען יעדע נייעס וואס מיר האבן באקומען פון די מענערס לאגערס, זייער לאגער איז אויך געווען א קוואל צו וויסן ווען עס פאלן אויס די ימים טובים. מיט די פארשטעקטע לעכטל האבן אונז שוין ארויס געקוקט אויפן פרייטיגדיגן טאג ער זאל שוין אנקומען.
דער ארבעט די וואך האט אויסגעזעהן גרינגער, ווייל מיר האבן אינזינען געהאט דעם שבת יעדן טאג. אונז האבן פארגעסן צו טראכטן ווי אויסגעהונגערט מיר זענען, ווייל מיר האבן אונזערע שטיקל ברויט אוועק געגעבן פארן לעכטל. מיר האבו געווארט אויפן אנקומען פונעם שבת מיט איר גאנצע שיינקייט און פראכט. אונז האבן געוואלט זיך פרייען מיט דעם הייליגן שבת.
דעם פרייטיג נאכט האב איך צושניטן די לעכט אין צוויי. זיצנדיג אויף אונזערע געלעגער האט עטא געצינדן איין לעכט און איך איין לעכט. אונזערע תפילות דעם פרייטיג צונאכט זענען געווען עפעס אויסגעווענליך, אונז זענען געווען אזוי איבערגענומען אז אונזערע טרערן וואס זענען אזוי לאנג געווען צוריק געהאלטן, האבן זיך גענומען רינען ווי א ברינע.
טרערן זענען אראפ גערינען ווי טייכן, זיי זענען גערינען אן א צוריק האלט. אונז האבן געוויינט און געוויינט ביז טיף אין די נאכט, די מצווה הדלקת הנרות אין די לאגערס איז געווען אויסער געווענליך. עס האט געהאט א העכערע באדייט. די פינקען פין די פלעמעלע איז געווען אונזער ליכט.
ס'איז געווען די לעכטיגע האפענונג צו עתיד ס'איז געווען אונזערע גייסטליכער ליכט, אונזער פארבינדונג אין אונזערע אמונה שלימה. ס'איז געווען אונזערע וועג ווייזער, אונזערע איבערצייגונג אדער בעסער געזאגט אונזערע האפענונג אז מיר וועלן באפרייט ווערן פון די שטעך דראט און זיך פאראייניגן מיט אונזערע משפחות.
ס'איז געווען דעם ריף צום הייליגן שבת, דער סוף נאך א וואך ארבעט. בא שבת, בא מנוחה. די שבת ליכט האט אונז אנגעווארעמט ווי א מאגנעט. מיין שוועגערין מיט מיר האבן געקוקט אויף די ליכט ווי היפנאטיזירט. מיר האבן אפילו נישט געטראכט פון עסן. איך האב זיך דערמאנט פון די זמירות וואס מיין פאטער ז"ל פלעגט זינגען פרייטיג צונאכט.
מיט די געדאנקען בין איך געווען צוריק צום פראכטיגן געדעקטע שבת טיש, אין ווייס, געדעקט לכבוד שבת דארך מיין מאמע ע"ה. אזעלכע קלארע און פרישע זכרונות האב איך אין מיין מח. זכרונות פון א ווייטע וועלט, אזוי ווייט אוועק... די ליכט זענען שוין געווען האלב אויסגעברענט ווען מיר האבן געגעסן אונזערע מאגערע מאלצייט לכבוד שבת קודש.
מיט אונזערע ליידיגע מאגן זענען מיר איינגעשלאפן אין א גליקליכע שלאף.
קאפיטל 12 סעלעקציע די לעבן אין די לאגערן האט זיך געלאזט פילן אויף אירע איינוואוינער. די פארעלטנעסמעסיגע רוהיגקייט איז געווארן צושטערט. עס זענען ארום געגאנגען קלאנגען אז מען פירט אריבער געפאנגענע אין אנדערע לאגערס ווי ביז יעצט האבן מיר געציטערט פאר אונזערע גורל. אונזערע פחד איז געווען ריכטיג.
אונז האבן צו גוט פארשטאנען וואס עס מיינט אריבער צו גיין א לאגער. א איין וועג ביליעט צו קרעמאטאריאם און צו א זיכערן טויט. אבער צו אונזערע גרויסע איבעראשונג, איז די סעלעקציע געווען פאר די לעבעדיגע אריבער צו גיין אין אן אנדערן לאגער. אונז האט מען געדארפט אריבער פירן פון בירקענוי צו אוישוויץ, א נאנטער לאגער נישט ווייט צו גיין צופיס.
קלאנג איז ארום געגאנגען אז דארט וועט זיין מער היגיענישע מעגליכקייטן. אונז זענען געוואויר געווארן אז א שטרענגע סעלעקציע וועט ווערן אדורך געפירט אויף די אויסדערוועלטע. די נאציס האבן נאר געוואלט שטארקע מענטשן פיל מיט לעבן, געפאנגענע וואס זענען אין גוטע געזונט צושטאנד, אן א בלאטער אדער פלעקן אויפן קערפער.
דאס איז כמעט געווען אום מעגליך צוליב די שווערע אומשטענדן אין וועלכע מיר האבן זיך געפינען. אזוי ווי להכעיס, איז די גרויסע סעלעקציע געווען אויסגערעכנט פאר ערב יום הכיפורים. עס האט אונז זייער איבערגענומען דעם פאקט אז אונזער גורל דארף פארזיגלט ווערן ערב דעם הייליגן טאג פון דעם יידישן לוח.
פונקט ערב יום כיפור אין דעם גורל'דיגן טאג וועלן מוזן רוב געפאנגענע פאסטן. מען האט אונז דיסענפעקטירט, מען האט אונז געשיקט צו די דאשן זיך באדן, אבער אויסגעטוהן אינגאנצן האט מען געדארפט ווארטן אויפן וויכטיגן מעדיקאלע וויזיט וואס האט געדארפט באשליסן אונזער גורל.
אן עס.עס דאקטער וועט זיין דער וואס באשליסט צו אונז זענען בארעכטיגט צו ווערן אנגענומען אין "גן עדן" וואס הייסט אוישוויץ. נאר צו טראכטן ווי נידריג מיר זענען שוין געווען געפאלן אז מיר האבן אוישוויץ געקענט רופן "גן עדן" נאר דערפאר ווייל ס'איז געווען א קליין ביסל ריינער ווי בירקענוי. אוי צו אונזערע צרות! א ביסעלע א ריינערע פלאץ איז אויך געווען חיי שעה.
דאס האט געגעבן אויסזיכטן צו קענען ענדערש איבערלעבן. אונזערע ווארטן אויפן דאקטער איז געווען א לאנגע אפמאטערניש. עס האט גענומען אסאך שעות. דאס איז זיכער געווען א סאדיסטישן אויפן פון אונזערע פאנגערס צו צולייגן זאלץ אויף אונזערע וואנדן, צו פארלענגערן אונזער פחד אין אונז דערציטערן פארן קומענדיגן. מיר האבן געווארט, עס האט אויסגעזעהן אן אייביגקייט.
טראץ אונזער מצב האט עטא מיט מיר זיך גענומען אויסגיסן אונזער הארץ פארן באשעפער. מיר האבן געזאגט תחינות וואס מיר האבן געדענקט אויסנווייניג. ווען דער נאכט האט זיך דערנענטערט האב איך זיך געפילט אריבער געפירט אין פראנקרייך. איך האב זיך דערמאנט אין די שיינע שטיקלעך וואס מיין טאטע ז”ל פלעגט זינגען אין שוהל אלץ חזן.
ווי קלאר און דייטליך האב איך זיך דערמאנט ווי ער פלעגט צוגיין צום עמוד זאגן כל נדרי בשם כל הקהל. איך האב געפילט אז יעצט בעהט ער פאר זיינע פארפלאגטע ברודערס פארן טאטן אין הימל. איך האב זיך פארגעשטעלט ווי זיינע תפילות לעכערן די הימלען טויערן און בעטן רחמים פאר כלל ישראל. איך בין געווען אין א פחד זיך צוריק צו זעהן אין מיין יעצטיגן ביטערן צושטאנד.
איך האב געטראכט אז זייערע פלענער וועלן נישט צושטאנד קוממען און ה' וועט מיר געבן איבער מענטשליכע כוחות איבערצולעבן. איך מוז יעצט זיך האלטן שטארק נישט ח"ו צוזאמפאלן וואס דאס
וואלט געווען דער סוף. איך האב זיך געשטארקט אין מיין אמונה און געפילט אז עס איז מיין הילף. מיין שוועגערין האט נישט געלאזט הערן א ווארט וועגן מיין שוואנגערן פון פאר ווען מען האט אונז דעפארטירט. דאס האט זי זיכער באמערקט, ווייל סאיז שוין געווען א שוואנגערשאפט פון פינף זעקס מאנאטן. ענדליך איז אנגעקומען מיין רייע. די דאקטער קוקט אויף מיר מיט א קאלטע בליק.
"פרוי, זענט איר שוואנגער?" איך עפן א פאר תמימעת'דיגער אויגן אזוי ווי איבעראשט, "איך שוואנגער? ניין" איז פארוואס איז דיין מאגן אזוי אנגעבלאזן" שיסט דער דאקטער, ער זאגט ווייטער רוהיגערהייט:"די ווייסט ,אויב די ביסט שוואנגער האסטו א רעכט אויף א גרעסערע פארציע. דו קענסט גיין אין שפיטאל ווי מען וועט דיר פארווענען, זיי וועלן גוט אכטונג געבן אויף אייך".
"א יא, איך וואלט געוואלט א בעסערע עסן" האב איך געענטפערט אבער ס'איז נישט דער פאל. א שאד. ער האט מיר שטארק באטראכט. א דאנק ה' איך האב נישט געהאט פלעקן אויפן קערפער. ער האט געענדיקט צו קאנטראלירן אין זאגט מיר "אקעי, די קענסט גיין!" וואספארא פארלייכטערונג! וואס פארא נס! אלע מיינע גלידער האבן געציטערט.
ס'איז געווען א נס אז איך האב געהאט א לייכטזיניגער דאקטער וואס האט מיר באהאנדלט, אים איז געוועהן דער עיקר ער זאל ענדיגן זיין ארבעט אן צו גרויסע אנשטרעגעניש. איך האב געהאט סייעתא דשמיא אז איך בין געווען די לעצטע וואס ער האט אדורך געקוקט און זיך געיאגט צו ענדיגן זיין ארבעט. איך האב ביי מיר געטראכט אז דאס זענען געווען די תפילות פון מיינע עלטערן ע"ה.
טראץ וואס מיין שוועגערין איז נישט מער געווען אזוי יונג האט מען איר סעלעקטירט אויך אריבער געפירט צו ווערן קיין אוישוויץ. איך האב אויסגעדריקט פארן באשעפער מיין גרויסן דאנק פארן גרויסן נס. נאך אלעמען האב איך שוין ביז יעצט זעקס שרעקליכע חדשים איבערגעלעבט מיט מינימום עסן היגיען און אויסמאטערונג, צו קענען איבערלעבן די נאצישע אכזריות.
און צו די גרויסער נס ביןאיך געראטעוועט געווארן פון די שרעקליכע דאקטער מענגעלע אריין קומענדיג אין לאגער ווען ער ווייסט מיין מצב וואלט ער מיר גענומען פאר זיינע שרעקליכע עקספערימענטן. וואס ער האט אפגעטוהן פאר שוואנגערע פרויען און אנדערע קרבנות איז נישט צו גלויבן.
מענגעלע איז געווען באקאנט אויף זיין אכזריות אויף שוואנגערע פרויען און צווילינגען, פיל מיט פארגעניגן און פרייד. איך האב געלויבט ג-ט אז איך בין נישט געוועהן אונטער זיין באהאנדלונג און נישט איבערגעלעבט דאס ערגסטע.
קאפיטאל 13 אונז זענען אנגעקומען אינעם נייעם לאגער¬¬-אוישוויץ. די באראקן מיט די בעטן האבן אויסגעזעהן ריינער, נישט אזוי מרה שחורה'דיג. עס זענען געווען מאדראצן אויף די געלעגערס און אפילו די לוקסוס פון א פאר וואסער לייטונגען אינעם בלאק.
מען האט אונז געזאגט אז די קראנען זענען נאר פאר מענטשליכע געברויכן, נאר דערפאר ווייל די רויטע קרייץ האט געברויכט צו קומען באזוכן דעם לאגער. די ווירקליכקייט איז אבער זעלבס פארשטענדליך אנדערש געווען. אונז האבן קיינמאל נישט געזעהן קיין אנדערע מענטשן ווי די נאציס ימ"ש.
עטא מיט מיר האבן געהאט אן ארבעט צוזאמען צו נעמען די שיך פון די דעפארטירטע כדי צו ראטעווען אלע וואס מען קען נאך נוצן. ס'איז געווען פאר אונז צוויי א ישועה אז מיר האבן געארבעט אין א צימער וואס איז געווען געשיצט פון די פוילישע קעלט. אונזער ארבעט איז געווען א שמוציגע, אבער אונז האבן געהאט די מעגליכקייט זיך אפציוואשן אין דעם בלאק.
איך בין געווען מיט צוויי פראנצויזישע מיידלעך. איינע האט געארבעט ביי די בלאק פון די געווער וואס איינע פון אירע פינגער'ס האט זיך אפגעשניטן פון די מאשינען. איר נאמען איז געווען מארסעל. זי איז געווען א גוטע נשמה, אלעמאל אויפמערקזאם, גרייט ארויס צו העלפן. די אנדערע מיידל האט געהייסן אידא.
מארסעל האט געארבעט מיט א בחור וואס האט געהייסן ראזנבערג וועלכן איך האב נאך געקענט פון פריז. זיינע עלטערן זענען געווען באפרוינדעט מיט מיינע עלטערן. צוזאמען מיט זיין דעפארטירטער פעטער האט ער געהאט אין לאגער די בעסטע ארבעט, ער האט געארבעט אין קאך. עס איז נישט געווען קיין פראגע. די קאך איז געווען אין לאגער דאס בעסטע פלאץ. ס'איז געווען א אוצר.
ווייל די קאך ארבייטער האבן געהאט א גרינגע צוגאנג צו עסנווארג. זיי האבן געקענט מער עסן באקומען ווי אנדערע אינדרויסן פון קאך. דורך מארסעל האט אונז ראזנבערג געשיקט אביסל זיפ. ס'איז געווען א מסוכן'דיגע אונטערנעמונג פון זיין זייט עס ארויס צו שמאגלען. אבער מארסעל האט עס געטוהן מחמת אהבת הבריות. א מאהל איז עס געווען א צוויבל, א קנאבל.
אלעס איז געווען א קרן פון די שווארצע מארק ווייל מען האט עס געקענט גלייך טוישן פאר ברויט אדער מארגארין. איין טאג האט מארסעל מיר געברענגט א מעטאלן רינגל וואס ראזנבערג האט פאר מיר געמאכט, אריין געקריצט מיין נאמען און מיין נאמער. ס'איז געווען אן אויסערגעווענליכע העלדישקייט עס צו האבן געמאכט און געשיקט צו מיר.
אויב מען וואלט עס אנדעקט אויפן שלוח וואלט דאס ערגסטע געקענט פאסירן. איך האב נישט געקענט צוריק האלטן מיינע געפילן אין איך האב מיך צואוויינט. ס'איז געווען זייער בארירנד. עס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב געזעהן מיין נאמען אראפ געשריבן, זייט מען האט אונז דעפארמירט. מיין הארץ האט זיך דערפרייט צו פילן אז איך האב נאך א נאמן!
אז איך בין נאך א מענטש און נישט נאר א נוממער. די גאנצע צייט האב איך צוגענומען וואג. איך האב זיך געשטעלט ביים אפיל אינדערפרי די לעצטע כדי מען זאל נישט באמערגן אז איך ווארט. ווען מען איז ארויס די טויערן צו גיין צו די ארבעט, בין איך ארויס אויף אן אויפן אז מען זאל נישט באמערקן מיין מצב. ס'איז געווען א נס אז די דייטשן ימ"ש האבן נישט באמערקט אז איך ווארט.
אבער טראץ דעם האב איך זיך געזארגט וואס גייט זיין. ווי לאנג קען איך עס נאך באהאלטן?! ווען איך וועל דארפן גיין צו קינד, וואס וועט מיט מיר געשעהן.
קאפיטל 14 א מעשה חסד איין טאג, ווען מיר זענען צוריק געקומען פון די ארבעט, האט א גראפע פון פוילישע געפאנגענע זיך אפגעשטעלט נישט ווייט פון אונז. אזוי ווי די עס עס לייט זענען געווען אריין געלייגט אין א שמועס, האט א פוילישע געפאנגענע אויסגענוצט די געלעגנהייט , ער האט זיך דערנענטערט צו מיין שוועגערין און צו מיר.
דער פאלאק האט געפרעגט אין זיין מאמע לשון צו אונז האבן גענוג צו עסן? איך האב געענפערט אין דייטש אז איך בין א פראנצויזישן. עס האט מיר נישט געפאסט צו זאגן "ניין" האב איך געשאקלט מיין קאפ אויף יא. אין דעם מאמענט האט מיין שוועגערין געזאגט "לייג דיין כבוד אין א זייט אין זאג אים דעם אמת. זי איז זיכער געווען גערעכט.
איך האב ארויס געוויזן א שמייכל און דערציילט וועגן אונזערע מצב. כדי נישט צו ווערן באשטראפט האט ער זיך צוריק געקערט צו זיינע חברים. אבער דעם אנדערן טאג, ווען די מענער און פרויען עס עס האבן געשמועסט צווישן זיך, איז דער פאלאק צו אונז צוריק געקומען מיט א ברייטן שמייכל. ער האט אונז געברענגט א רעפטל ברויט מיט עכטע דזעם.
איך האב זיך שטארק באדאנקט אין זיך צוטיילט מיט מיין שוועגערין מיטן גרויסן אוצר. אונז האבן ביידע עס אויפגעגעסן אויפן וועג צו די לאגער. ווען דער פאלאק האט אונז געזעהן צוזאמען, מיין שוועגערין מיט מיר, האט ער געברענקט צוויי שטיקלעך ברויט. איינס פאר איר און איינס פאר מיר.
אונזער מציל האט אונז א וואך צייט באזארגט מיט דעם לוקסוס פון צו האבן נאך א שטיקל ברויט. אינצווישן האט מען אים פארגעשטעלט פאר אונזערע חבר'טעס אידא אין מארסעל. ער האט אונז דערציילט אז ער איז געוועהן אן אדוואקאט אין פוילן, אבער מען האט אים ארעסטירט ווייל ער האט געארבעט קעגן די נאצי'ס ימ"ש. זיין גוט הארץ האט דערווארעמט אונזער הארץ און אונזער מאגן.
דערנאך האט מען אונז אריבער געפירט צו א פלאץ וואו מען האט געדארפט סארטירן די זאכן וואס מען האט צוגענומען פון די ניי אנגעקומענע. מיין שוועגערין און מיר האבן מצליח געווען צו נעמען א פאר פאר זאקן און אונטער וועש ביי די ארבעט. דאס האט געדינט צו טוישן פאר שבת לעכט, דזעם אדער מארגארין.
מיר האבן א רואיגן געוויסן, ווייל די דייטשן ימ"ש האבן צוגענומען אונזערע זאכן ווען מיר זענען אנגעקומען. מיר האבן זיכער געוויסט אז עס איז א סכנה אריין צו ברענגן די פראדוקטן אין לאגער. מיר האבן געוואוסט אז אונזער לעבן הענגט אויף א האר טאמער מען כאפט אונז, אבער מיר האבן נישט געהאט אן אנדערע ברירה. אונז זענען געווען הונגעריג.
אין אונזער מצב, איז יעדע געלעגנהייט צו קענען באקומען אביסל עסן, געווען ווערד צו ריזיקירן. אינצווישן האב איך דא אין אוישוויץ באגעגנט א פאר באקאנטע און א שוועסטער קינד. מיר האבן זיך איינער דעם צווייטן מחזק געווען. צום באדוירן, האט נישט צו לאנג אנגעהאלטן דאס סארטירן די פעקלעך.
איידער מען האט זיך געגעבן א דריי האט עטא מיט מיר זיך צוריק געפינען אויף די גאסן, אין די גרויסע קעלט, ביי די שווערע דרויסנדיגע ארבעט אין די גאסן. ארום 24 דעצעמבער 1944, האב איך געפילט אז איך דארף גיין צו קינד. ארום 6 אזייגער פארנאכט צוריק קומענדיג פון די ארבעט בין איך גלייך געגאנגען אין שפיטאל.
קאפיטל 15 מיין קינד געבורט איך האב זיך געפונען אין די לאגער שפיטאל. ג'יזעללא פערל איז געווען איין פון די פיר דאקטורים און פינעף קראנקן שוועסטער'ס וואס מענגעלע האט אויסגעוועלט אנצופירן די שפיטאל אין אוישוויץ. עס איז געווען א שפיטאל נאר מיטן נאמען. עס האט דארט געפעלט פון אלע הויפט זאכן וואס א שפיטאל דארף האבן. בעטן, פאשלעך, מעדיקאלע אינסטרומענטן.
זי מיט אירע מיט-העלפערס האבן פראבירט צו באהאנדלען די קראנקע אין א פלאץ וואס איז געווען לייז, מייז, פייניגונגען, צובראכענע פיס, אדער ביינער אלעס אן אנעסטעזי אדער מעדעצין. דאקטער פערל איז געבוירן אין טראנסילוואניע צו א פרומע משפחה, זי איז געווען א פרויען דאקטער איו סיגעט נאך דעם וואו זי האט באקומען איר דיפלאמא אלץ דאקטער אין בערלין אין די יארן 1920.
ווען מען האט איר דעפארטירט קיין אוישוויץ מיט רוב אונגארישע פרויען אין 1944 האט ג'יזעלא מצליח געווען צו בלייבן לעבן צוליב איר פאך. רוהיג, מיט אסאך מסירות נפש האט זי צו העלדיש געטוהן איר ארבעט. גיזעלא איז געווען זייער אן איידעלע און ווארעמע פרוי.
דאס וויכטיגסטע פון אלעם, זי האט מיר מחזק געווען אז אלעס וועט גיין כשורה און די געבורט וועט זיין א געהעריגע. איך האב איר געוואלט גלייבן... איך האב נויטיג געהאט אירע חיזוק ווערטער, איך האב נישט געוויסט וואס צו ערווארטן. עטא איז מיט מיר געבליבן ביז 4 אזייגער פארטאג'ס, דא איז געווען די צייט זיך אויסצושטעלן צום אפעל.
די גאנצע נאכט האב איך געהאט שרעקליכע ווייען. די בעיבי איז געווען גרויס, אבער איך בין געווען זייער שמאל. צוועלף שעה מיט שרעקליכע ווייען זענען אויף מיר אריבער. איך האב זיך נישט געקענט צוריק האלטן פון שרייען. די שרעקליכע ייסורים האבן מיין ביינערדיגע קערפער צוריסן. איך האב געהאט ווייען פון וועלכע איך האב שרעקליך געליטן.
ענדליך 6 אזייגער איז דאס קינד געבוירן. איך האב זיך צואוויינט פאר פחד. ס'איז מיר געבוירן א זוהן פון פיר קילאגראם. איך האב טיף אפגעאטעמט און געדאנקט ה' אז איך האלט שוין דא. אבער איך האב געוואוסט אז איך בין נאכנישט פערטיג מיט מיינע נסיונות. צו איך האב יא געוואלט צו נישט הערן וואס די דאקטערן גייט זאגן, האב איך געמוזט הערן ווי ערנסט מיין מצב איז.
פריינדליך אבער מיט ערנסטקייט האט זי געזאגט. "הער צו, ביטע הער גוט צו. ס'איז וועגן דיין ניי געבוירענער זוהן, וואס עס זאל נאר נישט געשעהן, דיין זוהן וועט נישט איבערלעבן". איך בין געווען פארמישט און איר נישט איבערגעהאקט. "די עס עס לייט וועלן בשום אופן נישט לאזן לעבן דיין זוהן.
דאגעגן מענגעלע מיט זיינע דאקטוירים וועלן מאכן אויף אים עקספערימענטן" האט זי געגעבן צו פארשטיין. ווען ג'יזעללא איז אגעקומען אין אוישוויץ האט מענגעלע איר געזאגט אז זי זאל צוזאמען נעמען אלע אונגארישע ווארטנדיגע פרויען און זיי צוזאגן אז זיי וועלן האבן בעסערע באדינגונגען.
אבער צו איר גרויסע גרויל און שרעק, ווען ער האט געטוישט זיין מיינונג און אריין געקומען אין שפיטאל מיט א רעוואלווער און אריין געשטופט בערך דריי הונדערט שוואנגערע פרויען אין א לאסט אויטא, און לעבעדיגערהייט זיי אריין געווארפן אין פייער . זי האט געוויסט אין וואספארא געפאר איך בין. "וואס עס זאל נאר זיין עדיט" האט ג'יזעללא מיר געזאגט מיט ליבשאפט.
דו קענסט אים נישט ערנערן.
אויב מען וועט דיר דא כאפן קען דיר ח"ו געשעהן דאס זעלבע ווי פאר די אנדערע פרויען, מען וועט דיר אפפירן אין די קרעמאטוריום. זי איז געבליבן א מינוט שטיל. "גלויב מיר, איך ווייס וואס איך רעד". האט זי געזאגט. ליידער, עס זענען דא פריער געווען אנדערע. זיי זענען שוין ליידער נישט דא צו קענען זאגן עדות.
ביסט יונג, ביסט צוואנציג יאהר אלט, און מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועסטו האבן אנדערע זיסע לעכטיגע קינדער". "אבער נאר אויב די גייסט ארויס פון שפיטאל. אן אינוואלדיג פטר'ן זיי זייער שנעל. דיין איינציגע האפענונג און מזל איז צו בעטן זיי זאלן דיר לאזן לעבן, איך האף צו דעם מיט מיין גאנצע הארץ". זי האט מיר איידל געגלעט.
איך וועל טוהן אלעס וואס איך קען זאלסט זיך שנעל קענען שטעלן אויף די פיס. אבער איך בעט דיר ביטע, זאלסט פארשטיין אז מיין געווער און כח איז זייער באגרענעצט. טראכט... איך בין נישט געווען אומשטאנד צו קלערן קלאר, איך האב געוויסט אז זי איז א מלאך, זי האט אפערירט אין די טונקעלע ווינקלעך פון לאגער. אין טואלעט, אויף די ערד, אויף די שמוץ, אן א טראפן וואסער.
איך האב געוויסט אז זי וויל זיך מיט מיר גוט אפגעבן און מיר באנייען די כוחות. מיינע וואונדן זענען געווען זייער טיף. איך בין געווען אינגאנצן צוריסן אין זי האט מיר געדארפט נייען אן קיין שום שלאף געטראנק. מער ווי איין מאל האב איך געפילט אז מיין לעצטע שעה איז אנגעקומען. איך האב פראבירט צו דאווענען, איך זאל קלערן אויף עפעס אנדערש ווי די יסורים.
איך האב געמיינט אז ענדליך איז געקומען מיין לעצטע שעה... איך האב נישט אויפגעכאפט ווי ערנסט איז מיין מצב. איך בין נישט געשלאפן זייט די ווייען האבן זיך אנגעפאנגען. איך בין געווען שרעקליך אפגעשוואכט פון די יסורים. איך האב געשאקלט מיטן קאפ אין געזאגט "יא".אין אמת'ן, אלעס איז מיר געווען פארנעפלט.
איך האב געהערט איר שטימע אין מיין שוואכע צישטאנד אזוי ווי אין א חלום. ס'איז מיר שווער אנגעקומען א שוואכן "יישר כוחכם" ארויס צו זאגן און איך בין גלייך איינגעשלאפן אין א טיפן שלאף וואס האט געצויגן צוויי שעה. דאס האט מיר אביסל באנייט מיינע כוחות. איך וואלט קיינעם נישט געוואונטשן מיין מצב.
איך בין געווען צו פארמישט, און אפגעשוואכט פונעם געבורט איך זאל עפעס קענען באשליסן דעם גורל פון מיין אייגן קינד. ווען איך האב זיך אויפגעוועקט, האב איך באדאנקט ג'יזעללא פאר איר איבערגעגעבנקייט צוזאמען מיט אירע קאלעגאס וואס האבן איר געהאלפן. איך האב זייער געליטן פונעם נייען.
ס'איז געווען שרעקליך שווער צו הערן אז ס'איז נישט דא קיין שום רפואה צו לינדערן די ווייטאגן אביסל. ביטערע טרערן האבן פארבלענדעט מיינע אויגן. מיין געטרייע שוועגערין איז ווייטער געקומען צו מיר און אפגעווישט מיינע טרערן. איך האב געבעטן די דאקטערין זי זאל מיר ווייזן מיין בעיבי, א שיינער יונגעלע וואס האט געוואויגן ביי די פיר קילאגראם.
אבער זי האט מיר אפגעזאגט קאטעגאניש מיין פארלאנג. אן עס עס אפיצירן, א פרוי איז אריין געקומען אין שפיטאל זיך נאכצופרעגן אויף מיר. עס איז געווען צען אזייגער צופרי. זי איז צוגעקומען צו מיר און געפרעגט די דאקטערן "וואס טוהט זיך דא"? "אוי, גארנישט ספעציעל" האט ג'יזעללא ספאנטאן געענפערט. ס'איז א פרוי וואס איז פונקט געגאנגען צו קינד.
אבער זי האט נישט געהאט קיין לעבעדיגע קינד. דא איז עס! זי פילט זיך גוט, זי וועט זיך באלד צוריק שטעלן אויף די פיס און צוריק גיין ארבעטן. און גלייך האט גיזעללא מיר אנגעוויזן מיט איר פינגער און געזאגט "קוק איר נאר אן ווי פריש זי איז און זי האט רויטע באקן. די עס עס'קע האט געקוקט אויף מיר און זיך אויסגעדרייט צום קינד.
נאך א ווארטן וואס האט אויסגעזעהן ענדלאז האט זי זיך אנגעריפן "גוט, לייג דאס טויטע קינד אין אלקאהאל פאר עקספערימענט. און די מאמע...א...מאך זיכער אז זי גייט וואס שנעלער צוריק ארבעטן אויב נישט..." אירע ווערטער האבן זיך אויסגעלאשן. נאר יעצט האב איך געכאפט וואס איז מיט מיר געשעהן. איך האב געהאט א קינד אין דעם ערדישן גיהנום! ס'איז געווען א ביטערע געלעכטער.
ס'איז געבוירן א קינד ווי לעבן ווערט אפגעווישט. טראץ
וואס מיינע ווייען זענען געווען גרויס, האב איך געהאט צייט צו טראכטן וואספארא גרויסע סייעתא דשמיא איך האב געהאט. די געבורט איז אויסגעקומען פונקט 4 פאטאגס , 25 דעצעמבער, אין זייער חאגע.עס איז נישט געווען קיין אפעל כדי זיי, די עס עס זאלן קענען פייערן זייערע חאגע. אים פיר אזייגער פארטאג'ס בין איך געווען אינמיטן די גרויסע ווייען.
שטעלט אייך פאר וואס מיין גורל וואלט געווען. מען וואלט מיר גלייך געשיקט צוזאמען מיט מיין קינד צו די עספערימעטן בלאק. פון דארט וואלט איך געווען א שפאן צום קרעמאטאריאם.
ה' האט געוואלט איך זאל איבערלעבן, און אום צען אזייגער, ווען זיי האבן געמאכט דעם אפעל אנשטאט פיר אזייגער פארטאג'ס בין איך שוין געווען נאכן געבורט און ה' האט געשיקט די דאקטערין זאל זיין מיין מליץ יושר. ענדליך איז די עס עס אפעצירן ארויס פונעם צימער ווי איך בין געלעגן. איך האב געכאפט א בליק אויף מיין קינד וואס איז געלעגן אויפן טיש.
מיין הארץ האט זיך פארקלעמט. ס'איז אלעס פאריבער. מען האט געגעבן א שפריץ פון לעטהאל פארן קינד. איך האב נישט געקענט ארויס רעדן א ווארט ווייל די טרערן האבן מיר געשטיקט. וואס האב איך דען געקענט טוהן? איך בין געווען שטיל. "וועסט זעהן אלעס וועט גיין בעסער" האט די עבאן געזאגט מיט טרייסט.
זי האט מיר געמוטיגט און געזאגט: "איך האב געהערט דיינע הארציגע תפילות צום רבונו של עולם. זיי האבן דיר געראטעוועט. האב נישט קיין מורא. מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועסטו נאך האבן קינדער."
קאפיטל 16 די שפיטאל איך בין צוביסלעך צוריק געקומען צו די כוחות אין שפיטאל. אלעס איז געגאנגען אזוי שנעל אז ס'איז נישט געווען מעגלעך צו גלויבן וואס האט פאסירט. איך בין יעצט געווען זייער דערביטערט. אזוי פיל צו ליידן. געבוירן א קינד און נאכדעם זעהן ווי ער פארלאזט גלייך די וועלט אין די דאזיגע אומשטענדן. די געשעעניש האט מיר זייער פארביטערט.
ס'איז מיר פארגעקומען אז אזוי פיל אנדערע פרויען האבן די זעלבע שרעקליכע נסיונות איבערגעלעבט! ווי קען א געטרייער פאטער דאס צוזעהן און לאזן געשעהן? ס'איז נישט קיין יושר... דערנאך בין איך טיף איינגעשלאפן און געחלומ'ט אן אינטרעסאנטע חלום. פאר מיינע אויגן האב איך געזעהן מיינע הערליכע עלטערן.
איך בין געווען צוזאמען מיט די מיטגלידער פון אונזערע משפחה נאך וועלכע איך האב אזוי שטארק געבענקט. זיי זענען געווען דערביטערט. מיין בליק איז געפאלן אויף מיין הייליגן טאטע. ער האט געקוקט אויף מיר אין מיט זיין באפעלערישע רעבישע שטימע האט ער מיר צו גערופן צו אים.
"גיטל" האט ער מיר גערופן מיט מיין אידישן נאמען, "די מוזט צוריק קומען, איך בעט דיר, קום שנעל צוריק צו אונז! אונז האבן דיר שטארק נויטיג. דיין מאמע איז קראנק אין נאר דיין אנוועזנהייט קען אונז העלפן". איך האב זיך אויפגעוועקט אין מיין גאנצע קערפער האט געציטערט.
מיין חלום איז געווען אזוי שטארק אז ווען איך האב זיך אויפגעוועקט אין געקומען צו מיר , האב איך געמיינט אז איך גיי טרעפן מיין טאטן שטיין נעבן מיר. די בילד וואס איך האב געזעהן אין חלום איז געווען אזוי עכט, אזוי קלאר, אז איך האב געקלערט אז ס'איז א נביאות. ווי קען איך ווייטער גיין?
האב איך זיך געפרעגט פראבירנדיג צו באגראבן מיינע צרות און געקלערט אויף די ישועה וואס איז נישט ווייט צו קומען. זיי שטארק! האב איך גערעדט צו מיר אליין. שטארק זיך, האב איך זיך געבעטן...לאז זיך נישט צורייסן פון דיינע אונטער דריקערס. מיין זוהן האבן זיי מיר שוין צוגענומען, אבער מיר וועלן זיי נישט באקומען בע"ה.
קלער גוט וועט זיין גוט, האב איך געקלערט צו מיר. פאר דיינע ווייעדיגע געפילן אז זאלסט נישט ווערן מרה שחורה ח"ו! דאס לעבעדיגע חלום וואס איך האב געהאט איבער מיין משפחה וואס ווארט איך זאל שוין אהיים קומען האט מיר זייער געשטארקט, אןן מיר געהאלפן צו קעמפן פארן לעבן. איך בין געבליבן נאך א פאר טעג אין שפיטאל.
דערנאך איז די דאקטערן מיר געקומען זאגן איך זאל מער נישט בלייבן כדי איך זאל נישט אריין פאלן חלילה אין א סעלעקציע. דעם פערדן טאג נאכן געבורט בין איך ארויס פון שפיטאל. אין א געוויסע פראסטיגע נאכט, אביסל נאך וואס איך בין צוריק געווען אין לאגער.
האבן אלע איינוואוינער פונעם לאגער געמוזט ארויס גיין פון די באראקן צו זעהן ווי מען הענגט א פוילישע יידישע פרוי ל"ע די נאצי'ס האבן געוואלט זי זאל זיין פאר אונז א לערן לעקציע. וואס איז געווען איר פארברעכן? עס האט געהייסן אז זי האט דורך אן עס עס מאן געשיקט אנווייזונגען פאר א פאר געפאנגענע זיי צו העלפן אנטלויפן. מען האט איר געכאפט .
זי איז שוין געווען דעפארטירט זייט די יאהר 1940, אזוי אז איר איבערלעבן ביז יעצט איז געווען אויסערגעווענדליך. אין א "הויכע" ראנג האט זי געהאט די מעגליכקייט צו העלפן אנדערע. זי איז געווען פון די פארטיזאנער. איינער פון די הויפט אפיצירן פון די עס עס, איך בין נישט זיכער, אבער איך מיין אז עס איז געווען מענגעלע ימ"ש, ער איז צוגעגאנגען צו איר
און געהייסן מודה צו זיין אויף איר פארברעכן. אנשטאט אן ענטפער, אין די אויגן פון אלע געפאנגענע האט זי אים געשפיגן אין פנים אריין. זי איז געווען א שיינע פרוי אין האט געוויסט וואס עס ערווארטעט איר. דער עס עס אפיציר וואס איז געווארן פארשעמט אין די אויגן פון אלע אנוועזנדע איז ארויס פון די גלייך געוויכט. וואספארא חוצפה פון א אידישע הונט!
ער האט געפלאצט פאר כעס. צוווילדעוועט אויף טויזנט האט ער באפוילן מען זאל איר גלייך הענגן ר"ל. אזא שטארקע כאראקטער, אזוי מיטיג צו זיין! זי איז פאר אונז געווען א ביישפיל, אבער נישט וואס די דייטשן האבן געמיינט. זי איז געווען א ביישפיל אויף די שטאלץ פון אידישן פאלק וואס וויל זיך נישט אונטערגעבן צו זיינע פיינט וואס ווילן זיי אומברענגן.
איך האב מצליח געווען זיך צו שטעלן אין די לעצטע רייע, איך האב דארט אראפ געלאזט מיינע אויגן און געוויינט. נאך די טראמא וואס איך בין אדורך מיטן געבורט בין איך געווארן נאך מער עמפדפינדליך צו אידישע צרות. איך וועל זיך שטארקן און ממשיך זיין צו קעמפן צו קענען איבער לעבן אנשטאט צו ענדיגן מיטן לעבן ח"ו.
א פאר באקאנטע וואס האבן מער נישט אויסגעהאלטן די צרות און פייניגונגען האבן זיך געווארפן אויף די שטעך דראד וואס האט זיי עלעקטרעזירט און אזוי נאך האבן זיי געענדיגט מיטן לעבן. האפענונג, נישט קיין גרויסע , איז געקומען זיך לאזן הערן פון אויסער די לאגער. מען פלעגט הערן די גרידער פון באמבעס פון דערווייטנס. ס'איז געגאנגען א שמועס אז די רוסן דערנענטערן זיך.
די געפאנגענע וואס האבן געלעבט מיט א שטארקן בטחון אין השי"ת, האבן געהאט א שפעציעלן כח צו ציען ווייטער. זיי האבן פארמאגט אן איבערמענטשליכן ווילן צו וועלן איבער לעבן דעם גיהנום. די בטחון אין אמונה האט זיי געשטארקט צו איבערלעבן דעם נסיון. געלויבט השי"ת, עטא מיט מיר זענען געווען א חלק פון די פרומע געפאנגענע.
אבער מיר האבן געוויסט אז צו לאנג וועט זיין שווער צו ציען, ווייל יעדע זאך האט א גרעניץ. אין דעם פארשאלטענעם פלאץ האבן אונז געצווייפלט צו מען וועט קענען אדורך שטופן צו קענען איבערלעבן.
קאפיטל 17 18 יאנוארי 1945, דריי וואכן נאכן געבורט פון מיין קינד, האבן אונזערע נאצי אנפירערס אונז באפוילן זיך שנעל אויסצושירען אונעם הויף. די רוסן אין די אליערטע האבן זיך דערנענטערט מיט שנעלע טריט, פון ביידע פראנטן, און די ענדע פון די מלחמה איז געוועהן נאנט. מען האט אונז אריבערגעפירט פון אונזערע לאגער צו ווייטערע לאגער'ס.
די צוזאמפאל פון די נאצי רעזים האט פארשנעלערט דעם איבערפירן אין אנדערע לאגערס. יונגערע סאלדאטן האט מען געשיקט צו די רוסישע פראנט אין די אויפזיכט פון די לאגער האט מען איבעררגעגעבן פאר די עלטערע עס עס טראפס. אונז האבן יעצט געברויכט אנפאנגען דעם טויטן מארש, אזוי ווי עס ווערט גערופן אין די געשיכטע. יעדער וואס האט נאר געקענט גיין, האט מען באפוילן צו גיין.
נאר די וואס זענען געווען קראנק אין אפגעשוואכט האט מען איבערגעלאזט אין שפיטאל אן א רפואות, עסן אדער הייצונג. איך האב געוואוסט אז מיר וועלן נישט האבן אסאך צייט זיך צו גרייטן צו גיין. קיינער פון אונז האט נישט געוואוסט ווי לאנג און וואו מען גייט. ווייל איך האב געוואוסט אז אונזער פאנגערס וועלן אונז זיכער נישט געבן קיין פארציעס עסן.
איך האב פארגעשלאגן פאר מיין שוועגערין אז איך וועל לויפן צו מכסנים הייזער פון עסן, אפשר וועל איך דארט עפעס קענען טרעפן פארן וועג. עטא האט מסכים געווען אז ס'איז א גוטע איינפאל. איך בין צוגעגאנגען צו די פארלאזטע הויז פון עסנווארג און דארטן געטראפן א זעקל צוקער. איך האב עס איינגעוויקלט אין שמאטעס וואס איך האב געטראפן. אזא אוצר!
פארזיכטיג האב איך פארמאכט דעם אוצר אין די שמאטעס. ווען איך האב געהערט די ווילדע בילן פון די הונט, בין איך שנעל געלאפן צו די פלאץ ווי מיין גרופע האט געדארפט צו זיין. אבער א גרויסע שאק האט מיר ערווארטעט. צו מיין גרויס איבעראשונג איז מיין גרופע צוזאמען מיט מיין שוועגערין נישט געווען מער דארטן.
זיי האבן שנעל פארלאזט דעם לאגער ווען איך האב פראבירט טרעפן עפעס עסן. איך האב אדורך געבליקט דעם לאגער ווי עס עס גרופעס מיט זייערע געטרייע הינט האבן געזיכט מענטשן וואס האבן זיך באהאלטן. איך האב געהאט די שרעקליכע געפיל זיך צו פילן פארלאזט און אליין. מיין געפיל האט מיר געזאגט אז איך מוז זעהן זיך צו באהאלטן. אבער ווי זאל איך זיך באהאלטן?
די נאצי'ס האבן איבעראל געזוכט און האבן סיסטעמאטיש געשאסן אויף יעדע זאך וואס האט זיך באוואויגן. ווען איך האב פארלאזט דעם לאגער האב איך נישט געקענט פארמיידן צו זעהן די גרובער פון ביידע זייטן פון די גאס. טויטע קערפער זענען דארט געלעגן. מן הסתם פון די גרופע וואס האט פארלאזט דעם לאגער פאר אונז! זיי זענען אומגעקומען פון אינדרויסן פונעם טויטן לאגער.
ענדליך, מיט גרויס אנשטרעגעניש, האב איך מיט הצלחה געטראפן מיין גרופע. די סאלדאטן וואס האבן אונז באגלייט האבן אנגעהאט לאנגע מאנטלען, ווארעמע פעלץ היטן, מיט אנווארעמערס פאר די אויערן. מיט וואלענע הענטשקע'ס האלטנדיג שיסערס וואס זענען געווען שטענדיג אויפגעהויבן און געצילט אין אונזערע ריכטונג.
זייערע הויפטן האבן זיי געהייסן שיסן די אלע וואס וועלן זיך אפשטעלן און נישט וועלן גיין ווייטער. איך האב דערקענט איין סאלדאט אז ער איז אן אונגארישער געבוירענע. ער האט זיך איסגעדרייט צו מיר אין מיט א געוויסע רחמנות געזאגט: "מאך זיכער זיך נישט אפצושטעלן, אנדערש וועל איך דיר מוזן הרג'ענען.
מען האט מיר באפוילן אזוי צו טוהן, און אז איך וועל נישט פאלגן וועט מען מיר הרג/ענען. עס וועט זיין פאר ביידע פון אונז זייער שלעכט. פארקרימטע און פארפוילטע קערפערס זענען געלעגן אויף די וועגן. דאס זענען געווען אונזערע ברודערס וואס מען האט קאלט בליטיג גע'הרג'עט נאכדעם ווי זיי האבן איבער געלעבט
די לאגער אומשטענדן. איך האב געליטן זיך צו האלטן און געגאנגן ווייטער. אזא קארצע צייט נאך א געבורט, בין איך נאך געווען אזוי אפגעשוואכט אז ס'איז געווען זייער שווער פאר מיין אפגעשוואכטע קערפער צו גיין אזוי שנעל. קוקנדיג אויף גארנישט בין איך ווייטער געגאנגען.
איך האב פון צייט צו צייט געלעקט די טייערע צוקער וואס איז געלעגן אין די פאלעם פון מיין האנט און מיר געגעבן כח צו גיין ווייטער, און נישט טראכטן פון אונזערע ערשעפטע קערפערס, און אויסגעהונגערטע מאגנס, און פאר קיין שום פרייז זיך נישט אפשטעלן. מיר האבן געלעקט די שניי וואס מיר האבן אויפגעהויבן אויפן וועג.
גלייך, אין די ערשטע שעות פונעם מארש, גיין, האבן קוילן אנגעפאנגען צו פליען אין די לופטן ביי די ענדע פון די רייע. אן האבנדיג געמיינע שיך, און אנגעטוהן אין געמיינע שמאטעס, צו שיצן זייערע צובראכענע קערפערס, זענען אסאך חבר'טעס אומגעקומען פאר שוואכקייט. זיי האבן געוואקלט און אראפ געפאלן אויף די ערד ווען אן אפיציר האט א שאס געגעבן א קויל אין זייער האלז.
גיי,גיי,גיי.... אונז האבן פראבירט צו קוקן און זיך קאנסעטרירן אויפן וועג פאר אונז. אונזער שוועריגקייט איז געוועהן דאס מען האט געהערט די אויער פארטויבונג גערודער פון רוסישע באמבעס וואס האבן אויפגעטרייסלט די לופט. די גערודערס האבן זיך געצויגן, עס האט זיך געהערט ווי עס קומט נענטער און נענטער.
אונזערע דערשראקענע פאנגערס האבן רעאגירט מיט אונז מאכן גיין נאך שנעלער. גיין נאך און נאך... מיר זענען אזוי געגאנגען צוויי נעכט און דריי טעג אן קיין שום סטאפ. ענדליך זענען אונז אנגעקומען אין ראוועקסברוק, עס האט געמוזט זיין 20 יאנוארי 1945 טראץ דעם וואס איך האב מיין חבר'טע געהאלטן אין איין מוטיגן און מחזק זיין, איז זי אראפ געפאלן באוויסטלאז.
מען האט איר גלייך געשאסן, פאר מיינע אויגן! אבער ס'איז מיר נישט געבליבן טרערן איר צו באוויינען. די גרופע האט זיך געשלעפט ביז מיר זענען אנגעקומען צו אונזער ציל, האבן תמימות'דיג געמיינט אז אונזערע ליידן און צרות זענען פאריבער. אבער אונז האבן געהאט א טעות. אונז זענען אנגעקומען אין א לאגער ווי מען האט אונז אריין גאלאדנט אין אפענע וואגאנען.
די וואגאנען האט מען גענוצט נארמאל צו טראגן קוילן. אונז זענען אזוי געפארן די גאנצע נאכט, אן אפילו א דעקע אונז צו שיצן פון די שרעקליכע קעלט. די אפענע באן איז ענדליך אנגעקומען. עס האט אונז אויסגעזעהן א שרעקליכע לאנגע וועג ווען מיר זענען אנגעקומען אין די שטאט ניישטאט, אין דייטשלאנד. אונז זענען געווען ערשעפט, געציטערט פאר קעלט און שמוציג.
אין דעם פלאץ האט מען אונזער גרופע אראפ געלאזט. א חוץ וואס איך בין געווארן צוטיילט פון מיינע חבערטעס, האב איך אויך פארלוירן מיין ליכט, מיין וועג ווייזערן, מיין טייער שוועגערין, עטא. איך האב איר מער קיינמאל נישט צוריק געזעהן. זי איז נישט צוריק געקומען. איך האב געהערט אז מען האט איר געזעהן אין בערגן בעלזן ביז זי איז ווארשיינדליך געשטארבן.
קאפיטל 18 די זיסקייט פון די באפרייאונג אלעס וואס איך בין אדורך ביז יעצט אין אוישוויץ אין בירקנוי איז געווען א גן עדן אין פארגלייך צו ניישטאט. אונז זענען אין קיין קרעמאטאריאם אויוונס נישט געווען אין נוישטאט פאר די פשוטע סיבה: די עס. עס. לייט האבן עס נישט געברויכט. די איינוואוינער און איבערלעבער פון דעם פלאץ זענען לאנגזאם און מיט ייסורים געשטארבן.
מען איז געשלאפן אויף דער ערד אליין, און גענצליך ליידיגע שלאף צימערן אן קיין שטרוי, אן וואסער, אין קלענערע פארציעס עסן ווי אין אוישוויץ, און אן קיין ארבעט. צוליב די סיבה האבן זיי זיך נישט באמיט צו געבן עסן.
נאר א ביסל ווארעם וואסער, וואס מען האט גערופן קאווע, דאס איז געווען פאר פרישטיג, און אביסל זופ געמאכט פון וואסער מיט אביסל שאלאכץ פון גרינצייג איז געווען פאר מיטאג. אונז האבן איינער דעם אנדערן געקליבן די לייז. אבער ס'איז נישט געווען מעגליך צו רייניגן אונזער קערפער פון די אלע קריכעדיגע און לייז אן א מעגליכקייט זיך אפצווואשן.
אין מיין מח איז אריבער א געדאנק אז אונזערע פאנגערס ווילן מיר זאלן לעבן בכדי צו קענען פארהאנדלען מיט די אליערטע ווען די צייט וועט קומען און זיך שיין מאכן אין זייערע אויגן. איין טאג, ווען די אידשע קאפא האט זיך געהאט דערווייטערט פון דעם טאפ זופ, בין איך געווען אזוי אויסגעהונגערט אז איך האב פראבירט צו נעמען נאך אביסל. ווער האט מיר געקענט פאראורטיילן.
די קאפא האט געזעהן וואס איך האב פראבירט צו טוהן. צוווילדעוועט פון כעס איז זי צוגעלאפן צו מיר אין מיר שרעקליך געשלאגן מיט איר שטעקל. נאך און נאך האט זי געהאקט מיין שוואכן קערפער, אן קיין רחמנות ביז ענדליך איז זי מיד געווארן. וואונדן, שניטן אין בלעזלעך האבן באדעקט מיין קערפער. לאנגע טעג דערנאך האב איך זיך קוים געקענט באוועגן.
עס איז איבעריג צו זאגן , טראץ מיין שרעקליכן הונגער האב איך שוין דאס קיינמאל נישט פראבירט. ס'איז געווען שרעקליכע פיר חדשים, אין וועלכע מיר האבן געלעבט. ווען איך וואלט פריער געוואוסט ווי מען ברענגט אונז אין נוישטאט, וואלט איך צוויי מאל געקלערט.
עס וואלט אפשר געווען כדי צו נעמען די ריזיקא זיך צו פארשטעקן אין אוישוויץ אין אפשר גע'הרג'עט ווערן ביי די נאציס וואס וועלן אונז טרעפן, ענדערש ווי צו איבערלעבן אין גיהנום פון נוישטאט גארנישט וואלט נישט געווען בעסער ווי דאס- "די ווארט צימער פונעם טויט..." אונז זענען געווען אן מענטשליכע אנדעקונגען פון א פריערדיגע לעבן. אונז האבן נאך קוים געלעבט.
בעטן פאר א הצלה איז נאר געוועהן נאר צו באפרייט ווערן דארכן טויט. ווען עס האט שוין נישט געקענט ווערן ערגער, האבן זיך די יוצרות איבער געדרייט צו אונזער גליק. דאן, איין צופרי זענען זיי אלע געווען אוועק. יא, פונקט אזוי. נישט מער קיין שלעכטע קאפאס, נישטא מער עס. עס. לייט אדער זייער הונט. גארנישט!
די נאכט זענען זיי געווען אלע דערשראקן אין אלע זענען אנטלאפן. זייער שנעלער פארשוואונדן ווערן האט באדייט אז זיי האבן נישט אנגעיאגט צו אויספירן זייער שרעקליכן פלאן אויסצו'הרג'ענען די פון אונז וואס האבן נאך געלעבט. אונזער פלוצלינדיגע ישועה איז אנגעקומען פונקט ווען מיר זענען געווען אין די שרעקליכסטע מצב וואס עס האט נאר געקענט זיין. "ישועת השם כהרף עין".
ס'איז געווען אזוי פלוצלינג און אום ערווארטעט אז איך האב געשפרינגען פאר שמחה.
איך קען נישט באשרייבן ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן ווען מיר זענען באפרייט געווארן. די זיסע טעם פון פרייהייט וואס איז אנגעקומען נאך אונזער איבערלעבעניש אין גיהנום איז אנגעקומען צו אן ענדע. איז עס דען מעגליך? איז אונזער חלום זיך אויף צו וועקן פונעם שלעכטן חלום אמת?
אונז זענען ארום געגאנגען צומישט, ס'איז אונז שווער געווען צו גלויבן אויף אונזער נס און מיר האבן זיך אנגעוואונטשן איינער דעם אנדערן. עס האט זיך נישט געגלויבט אז די פריוואונגען קומען צו אן ענדע. די באשטעטיגונג אז אונזער באפרייאונג איז א ווירקליכקייט. אז עס איז אנגעקומען דורך רוסן וואס זענען אנגעקומען אין א דערנעבנדיגע שטאט.
"די דייטשן זענען געווארן באזיגט!" האבן אונז אויסגערופן. "אונז זענען נישט מער קיין קנעכט, מיר זענען פריי". פלוצלינג האב איך צוריק באקומען אביסל כוח. איך האב געזעהן א הייזקעלע אין לאגער ווי די געפאנגענע האבן זיך ארום געשטופט איינער דעם צווייטן. דארט איז געווען די בלאק פון די עסן.
איך האב געוואלט אריין גיין אבער אין מיין אפגעשוואכטע מצב, האב איך געשפאטעט. איך בין ארינטער געפאלן אונטער די אנלויפעניש פון די מענטשן. קיינער קען זיך נישט פארשטעלן ווי עס האט אויסגעזעהן ווען די אויסגעמאטערטע מענטשן פון הויט אין ביין זענען געפאלן איינער אויפן אנדערן מיט די האפענונג צו טרעפן אביסל עסן.
אויסגעהונגערטע זייט דעם אריין קומען אין דעם לאגער, האבן מיינע חבערטע'ס געזאגט אז זיי טרעפן אויף מיר אז איך לעב נאך. צוווילדעוועט אין צולאזט האבן זיי צוטרויטן מיין קערפער, קיינער האט זיך נישט גערוקט מיר אויפצוהייבן. איך האב ספאנטאן צוגעדעקט מיין קאפ איך זאל נישט שטארבן דעפארמירט. איך האב אנגעהויבן צו שטיקן. איך האב נישט געקענט רעדן אדער אויפשטיין.
איך האב ניטאמאל געהאט די כח צו שרייען. איך האב געמיינט אז דאס זענען מיינע לעצטע מינוטן אויף דעם וועלט, איך האב מיט מיינע לעצטע כוחות אויסגעשריגן "שמע ישראל". מיט מיין קאפ צוגעדריקט אויף דער ערד, האב איך געזעהן באוועגונגען העכער מיר. איך האב נישט געקענט זעהן די געשטאלט וואס איז געגאנגען אויף מיר און נעבן מיר.
וואס איך האב געקענט זעהן אום קלאר איז געווען די אונטערשטע חלק פון א פאר הויזן זיך באוועגן, מיט מיינע לעצטע כוחות האב איך זיך אנגעכאפט אין די הויזן. די פיס פון די הויזן האבן זיך זייער שנעל באוואויגן. זיין אייגנטימער האט פראבירט זיך אנכאפן מיט ביידע הענט צו זיינע הויזן, נישט פארשטייענדיג פארוואס זיינע פיס שלעפן זיך...
די גאנצע צייט האב איך שטיל געבעטן השי"ת זאל מיר געבן די קראפט זיך אויף צו שטעלן אויף מיינע פיס. ענדליך איז געשעהן די נס אין איך האב זיך אויף געשטעלט צוריק אויף מיינע פיס, דאס האט מיר געגעבן פרישע כוחות. איך האב זיך אויף געשטעלט אין איך האב אנגעפאנגען צו לויפן אין די ריכטונג פון די באראקן.
ווען איך בין אנגעקומען דארט האב איך געטראפן נאר קאנסערוון פישקעס. נישט קיין ברויט, נישט קיין צוקער, גארנישט. די דייטשן האבן אלעס מיט גענומען. איך האב גענומען קאנסערוון פישקעס דאנקענדיג ג-ט צו האבן אין מיין באזיץ א גרויסע קוואנטום פון טייערע עסן.
קאפיטל 19 מרים צוריק קומענדיג מיט מיין עסן פארמעגן פונעם באראק האב איך באגעגנט א יונג מיידל וואס איך האב שוין געהאט באגעגנט אין ביקענוי און פאר דעם אין ליאן-פראנקרייך. זי איז געווען א פאר יאר יונגער ווי מיר. זי איז געווען זיבעצן יאר אלט און איך בין געווען איין אין צוואנציג יאר אלט. מרים איז געקומען פון א גוטע משפחה.
איר טאטע האט מען מיט איר צוזאמען דעפארטירט אבער נישט איר מאמע. איך האב איר פארגעשלאגן זי זאל מיט מיר בלייבן ביז די רוסן וועלן אלע אהיים שיקן, אין זי האט מסכים געווען. מיט איר צוזאמען האב איך זיך געפילט א סאך רואיגער. מיר האבן זיך באזעצט אין איינע פון די באראקן וואס האבן געהערט צו די סאלדאטן ווי ס'איז געווען די לוקסוס פון בעטן.
איך האב איר פארגעשלאגן זי זאל עסן און איך האב געעפנט איינע פון די קאנסערוון פישקעס. אונטערגענערט, האט זי געוואלט זיך ארויף ווארפן אויפן עסן און גלייך אלעס אויף עסן. איך האב זיך ביי איר געבעטן זי זאל זיך אכטונג געבן אין זיך נישט צולאזן. "אונזערע מאגן וועט עס נישט פארטראגן" זיך צו אנעסן ביז סכנת נפשות. ס'קען מאכן גרויסע דארמען פראבלעמען.
ווילסטו שטארבן חס ושלום אזוי ווי א סאך אנדערע? עס וואלט געווען א טראגעדיע צו האבן איבערגעלעבט אזוי פיל און ביים סוף שטארבן ווייל מען האט נישט דעם ווילן זיך צוריק צו האלטן. איך אליין בין געווען שרעקליך אויסגעהונגערט און זייער שוואך. א קליינעם קלאפ אויף מיין אקסל וואלט געווען גענוג איך זאל אראפ פאלן אין חלשות.
ה' האט מיר געגעבן דעם שכל זיך נישט צו פארלירן און אראפ שלינגען א גאנצע פושקע עסן אויף איין מאל. אבער מרים האט נישט געוואלט הערן. איך האב איר געסטראשעט אז איך וועל איר איבער לאזן אליין אז זי וועט מיר נישט פאלגן.
איך האב געשריגן צו איר אין זיך געבעטן אז זי זאל נישט עסן מער ווי איין לעפעלע שמירעכץ א שעה, ווייל אן ברויט איז עס געפערליך צו פראבירן צו עסן מער. נאכדעם וואס מיר האבן אזוי לאנג נישט געגעסן האט אונזער קערפער נישט געקענט פארנעמען גרעסערע קוואנטומ'ס מיט א צולייג פון פעטן. אנפאנג מאי 1945 האבן די רוסן באפרייט דעם לאגער.
די גוטע נייעס איז געפייערט געווארן מיט גרויס שמחה. אבער למעשה, האבן מיר ניטאמאל איין רוסישע געזעהן דעם טאג. עסן האבן מיר אויך נישט געזעהן. איין טאג, צוויי טעג זענען אריבער אן מיר זאלן עפעס זעהן דעם אנדערן טאג האבן מיר באגעגנט א רוסישע אפיציר וואס איז געקומען צו רייטן אויף א פערד.
מיר האבן געקוקט מיט נייגער ווי ער שפרינגט אראפ פונעם פערד און קומט צו די ריכטונג פון אונזערע בלאק. אריין קומענדיג האט ער זיך געוואנדן צו מרים און געבעטן א גלאז וואסער. מרים איז געווען גרייט צו פאלגן, אבער איך האב איר צוריק געהאלטן. "ריר זיך נישט" האב איך איר באפוילן "אויב ער וויל וואסער זאל ער זיך אליין באדינען, די וואסער ליגט דא נישט ווייט.
מיר זענען שוין נישט קיין קנעכט". ווען מיר האבן געשמועסט, האט ער זיך דערנענטערט צו מיר און געדרויט. איך האב אויפגעשפרינגען און אים געזאגט אין דייטש, ווייזנדיג מיין טאטואירטע האנט(מיין נוממער) "קלערסטו נישט אז מיר אידן האבן גענוג געליטן?" טרערן האבן זיך אראפ געקייקלט אויף מיין געזיכט. ער האט אביסל פארשטאנען דויטש.
זיינע אויגן האבן זיך גרויס געעפנט און ער האט געקוקט אויף מיין נומער. "א, די ביסט א אידישע דעפארטירטע!" האט ער געזאגט. איך האב געמיינט אז איר זענט דייטשן אדער פאלאקן. איר זעהט אויס ווי זיי. ווען עטץ וואלט געווען דייטשן וואלט איך ענק גע'הרג'עט פארן האבן מיטגעארבעט מיט די גרויליגע זאכן וואס האבן זיך אפגעטוהן אין די לאגערס". דאן, האט ער אונז
אפגעלאזט און זיך אויף געשטעלט אוועק צו גיין. די באגעגעניש מיטן רוסישע אפיציר האט אויף אונז געווארפן א פחד און א מורא. מיר האבן אנגעטוהן די סאלדאטן אוניפארעם. דאס זענען געווען די איינציגע קליידער וואס מיר האבן געקענט טרעפן און מיר זענען אוועק געגאנגען.
קאפיטל 20 אין די הענט פון די אליערטע מרים מיט מיר האבן זיך מיטגענומען רעוואלווערס זיך צו קענען שיצן. די געווער איז געווען געצילט אז מענטשן זאלן מורא האבן פון אונז, ווייל נישט איך און נישט מרים האבן ריכטיג געוואוסט ווי אזוי מען נוצט עס. אונז זענען אריין געגאנגען אין ניישטאט און געשוואוירן נקמה צו נעמען.
מיר וואלטן געוואלט הרג'ענען דעם ערשטן דייטש וואס מיר באגעגענען. אונז זענען געגאנגען אין די ריכטונג פון די ווילאס וואס זענען געווען די צווייטע וואוינונג פון די אייגנטימערס. די גאנצע שטאט איז געווען ליידיג, שרעקעדיג. יעדער איז אנטלאפן. מיר זענען געבליבן אין הויז צו איבערנעכטיגן.
אונזער איבערלעבעניש פון בירקענוי-אוישוויץ האט אונז געמאכט אוממעגליך צו שלאפן אויף די באקוועמע מאטראצן. אנשטאט דעם זענען אונז איינגעשלאפן אויף די ערד אזוי ווי מיר זענען געווען צוגעוואוינט. מיר האבן זיך אויפגעוועקט פארטאגס אזוי ווי מיר זענען געווען צוגעוואוינט אויף צו שטיין צופרי אין די לאגער.
מרים און איך האבן ממשיך געווען אדורך צו קוקן די הייזעלעך מיט די האפענונג צו טרעפן א נפש חי'. באווארנט מיט אונזערע שיסערס, האבן מיר באגעגנט א גאנצע משפחה. זיי זענען געווען אלטע מענטשן, פארשטעקט אין די ווינקלעך פון א צימער. איך האב געזעהן די פחד אין זייערע אויגן. טראץ אונזער צוזאג, האבן אונז נישט געקענט, געלויבט השי"ת, זיי הרגענען.
ס'איז אונז געווען גענוג שווער זיי צו דערשרעקן מיט אונזערע קולות: "שמוציגע דייטשן, עטץ האט גע'הרג'עט אונזערע משפחות, אונזערע קינדער, און אונז גייען אייך הרגענען! יעצט איז ענקערע טור!". דא איז גענוג געווען צו בארואיגן אונזער פחד. מיט אונזערע איבערגעדרייטע ראלעס האבן מיר זיך געפרייט צו נעמן פון זיי נקמה אויף אזא אופן. מיר זענען שנעל אוועק געגאנגען.
דערווייל איז עס גענוג געווען. אזוי ווי מיר האבן צווישן די הייזער נישט געהאט וואס צו טוהן, זענען אונז געגאנגען צו די גרויסע גאס מיט די האפענונג צו טרעפן אמעריקאנער וואס זאלן אונז אהיים שיקן. פארן אוועק גיין האבן מרים מיט מיר צוזאמען געבינדן א פאר דעקעס מיט האנטעכער און א וועגעלע. אונזער מח האט נאך געארבעט אזוי ווי אין לאגער.
מיר האבן געמיינט אז די חפצים וועלן מיר קענען טוישן פאר ברויט, ווייל ביז דערווייל האבן מיר נאך נישט געהאט געטראפן ברויט. צוזאמען זענען אונז געגאנגען מיט א פארלייכטערטע הארץ, בעטנדיג ה' מיר זאלן קענען וואס שנעלער אהיים גיין.
נאך א שעה זיך ארום שלעפן אין גאס האט מען איינעם באגעגנט וואס האט אונז אנגעוויזן אויף א פאר אמעריקאנער סאלדאטן וואס וועלן אונז ערמעגליכן אהיים צו פארן צוריק צו אונזערע היימען. דרייסיג מינוט שפעטער האבן מיר געטראפן פריינדליכע פענימער אין פארעם פון אליערטע סאלדאטן. זיי האבן אונז אינפארמירט אז מיר וועלן בקרוב ווערן אפגעשיקט אהיים מיט א פליגער.
ענדליך, האט מען אונז געגעבן צו עסן ברויט. איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די טעם פון די ברויט. די בעסטע און געשמאקסטע עסן קען נישט ווערן פארגליכן צו דעם גוטן טעם וואס דאס עסן האט געהאט צו אונזער אויסגעהונגערטע מויל. דאן האט מען אונז געגעבן א געהעריגע סעט קליידער. טראץ דעם, האבן מיר געמוזט ווארטן ביז מיר האבן געקענט אהיים פארן.
מיר האבן געווארט איין טאג
,דאן צוויי. אבער ס'איז נישט געווען קיין פליגער, ביים סוף האט געפלאצט אונזער געדולד און מיר האבן געבעטן צו ווערן אהיים געשיקט מיט וועלכן טראנפארט ס'איז מעגליך, דאן האבן מיר שוין געהאט צוזאמען געקומען צו פארלאנגען צו ווערן אפגעשיקט אהיים.
די אמעריקאנער האבן אונז פארגעשלאגן צו פארן אין אפענע לאסט-אויטאס ווי מען האט געלייגט בענק מען זאל זיך קענען אראפ זעצן, און פארן צו די בעלגישע גרעניץ, נאך א שעה פארן האבן מיר באגעגנט רוסישע סאלדאטן וועלכע האבן אונז אפגעשטעלט. די רוסן האבן אונז געגעבן צו פארשטיין אז זיי האבן קלארע אנווייזונגען און זיי מעגן קיינעם נישט אריבער לאזן.
נאך א פייערדיגע וויכוח און פארהאנדלונג האבן זיי אונז ענדליך אדורך געלאזט. דער אמעריקאנער סאלדאט האט אונז דערנאך געזאגט אז זיי האבן אייגנטליך געהאט א באפעל צו איבער געבן אלע פליטים צו די רוסן וואס וועלן זארגן זיי אהיים צו שיקן. שפעטער זענען אונז געוואויר געווארן, אז די רוסן האבן קיינעם נישט אהיים געשיקט.
די פליטים אויף וועלכע די רוסן האבן געלייגט זייער הענט זענען געווארן פארשיקט אין ארבייטס-לאגערס אין סיביר... איך בין געווען עדות צו נאך א גרויסן נס! צו קלערן נאר אז איך בין ווייטער געווען נאנט צום טויט! די רעשט פון אונזער רייזע איז אדורך בשלום. אונז זענען אריבער געפארן בעלגיע און פון דארט זענען אונז געפארן צו די ריכטונג פון צפון פראנקרייך.
פון דארט זענען מרים מיט מיר ארויף אויף א באן וואס איז געפארן קיין פריז. אונז זענען ווידער אמאהל ארויף אויף א באן, אבער דאס מאהל איז עס געווען א באן צו פירן מענטשן בכבוד. ס'איז נישט געווען א פארז'אווערטע טויט באן וואס האט געפירט מענטשן אזוי ווי בהמות.
קאפיטל 21 אהיים, אהיים, פריז, פריז. פרייהייט. וואס פארא אויסערגעווענליכע שיינע ווארט! א ווארט פון האפענונג. פון פרייליכע פייערונג. פון באפרייאונג. צו קענען פילן דעם טעם פון פרייהייט, קען נאר דער עס פילן, דער פאר וועמען מען האט עס געהאט צוגענומען... ווער פארשטייט וואס עס הייסט באפרייען? נאר דער וואס איז געווען אין געפענגעניש ווי א קנעכט?
נאר די וועלכע האבן געלעבט אן דעם קענען עס שאצן! צו זיין פריי ווי א פייגל, צו קענען טראכטן צו זיין פריי זיך אנצוטוהן, צו האבן די מעגליכקייט צו גיין און קומען ווען מען וויל, צו זיין צוריק א מענטש ענדערש ווי א נומער. די אטמאספער פון אהיים קומען האט אונז אנגעפילט מיט גוטע געפילן. די רוישיגע פאריזער באן הויף, דעם עולם, די באוועגונג.
אסאך מענטשן ווארטנדיג ביים ארויסגאנג האבן געוויזן בילדער פון זייערע טייערע. באזארגטע משפחות האבן געפרעגט אויב מיר האבן נישט באגעגנט זייערע נאנטע אין די לאגערס. נעבעך אויף די מענטשן, האב איך ביי מיר געקלערט, אזוי פיל אילוזיאנען!
ווער קען דערקענען פון די בילדער, די הויט און ביין אויסגעמאגערטע געפאנגענע וואס האבן קוים געלעבט, אן א נאמן, געפאנגענע פון זייער אידענטיטעט אין זייער שטאנד? מיר קענען זיי דאס אלעס נישט דערציילן. אונז באגעניגן זיך צו געבן א טרויעריגן שאקל מיטן קאפ און וואונטשן זיי הצלחה! "איך בין זיכער אז זיי וועלן אין די קומענדיגע טעג אהיים קומען".
די אמת איז אז זיי וואלטן סיי ווי נישט געגלויבט אונזערע מעשיות און איבערלעבענישן אפילו מיר וואלטן עס זיי מסביר געווען. אן אויטא האט אונז אפגעווארט כדי אונז צו ברענגען צום צוזאמען קום פלאץ אין לוטעציא האטעל וואס האט זיך אנגעטראגן אריין צו נעמען אלע פליטים. אונז זענען אייביג דאנקבאר פאר דעם.
טראץ דעם וואס איך האב שוין געוואלט ווי שנעלער טרעפן מיין משפחה, האב איך געמוזט אדורך דעם סיסטעם און באקומען נייע פאפירן, ווייל די דייטשן האבן גענומען אין פארניכטערט מיינע פריערדיגע פאפירן.
די האטעל האט געלייגט צו אונזער פארפיאונג זייערע אויסער געווענליכע עלעגאנטע צימערן און א רעסטאראנט ווי מען האט געטיילט און סערווירט עסן וואס מיר האבן נישט געזעהן זייט מיר זענען געווען פארשפארט אין די לאגערס. נאכן אפוואשן זיך האט מרים געוואלט נעמען פאר זיך די האנטעכער און אנדערע קלייניקייטן אזוי ווי מיר זענען געווען געצוואונגען אין לאגער.
איך האב געשמייכלט און געשאקלט מיטן קאפ. "מרים, יעצט אז ה' האט אונז באפרייט, מוז מען לעבן צוריק ווי ציוויליזירטע מענטשן". איך האב ממשיך געווען צו איר מחזק זיין. "פון יעצט אן קען מען שוין נישט נעמען זאכן וואס געהערן נישט צו אונז. פון יעצט אן עסט מען צוריק נאר כשר עסן". אזוי ווי זי האט אויך געשטאמט פון א פרומע שטוב האט זי צוגעשטימט.
אונז זענען דאן אראפ געגאגען צום עס-זאל ווי א ריזיגע טיש איז געווען געדעקט פאר יעדן איינעם. זיי האבן סערווירט אלע סארט דעלישעס עסן, אן אויסוואל פון פארשפייזן, עסן וואס איך האב געהאט פארגעסן אז עס באשטייט. אויף א צווייטן טיש איז געווען שיסלעך געשניטן מיט אלע סארט פרוכט צו אונזער פארפיאונג.
מיר האבן אנגעפאנגען צו פארזיכן פון די עסן מיט געשמאק, דאן האט מרים געגעבן א שמייכל און מיר געווארנט,"זיי פארזיכטיג". איך שמייכל צוריק פרייליך אז "מיין לעקציע " האט זיך אויסגעצאלט. מיר האבן ביידע געלאכט. מיר האבן געדארפט אריבער גיין אסאך פארמאליטעטן אין דעם זעלבן האטעל ווי אסאך טישן האבן
געדינט פאר משרדים, דארטן האט מען געדארפט צוריק באקומען אונזערע פארלוירענע אינדענטיטעט. טראץ מיין גרויס אום געדולד צו ענדיגן מיט די אלע פארמאליטעטן, זענען אונז געווען גליקליך צוריק צו באקומען אונזערע פאפירן און אידענטיטעט. אבער מיר זענען נישט געווען די איינציגע. איבעראל איז געווען לאנגע רייעס.
בשעת'ן ווארטן האבן מיר באקומען מעטרא-טיקעט מיט פופציג פראנק. אונז זענען צוריק ארויף אין אונזער צימער און איך האב צוגעדעקט מיין קאפ מיט א טיכל וואס איך האב געברענגט פון נוישטאט. ווי קען איך זיך באווייזן פאר מיין טאטן מיט א בלויזן קאפ? איך בין געווען ענטשלאסן און זיכער אז איך וועל טרעפן מיינע עלטערן. אונזער דירה האט מען געהאט צוגענומען.
דערפאר האב איך נישט געוואוסט פונקטליך ווי זיי צו זוכן. איך בין געגאנגען צו די שול פון רו קאדע ווי מיין טאטע איז געווען בעל-תפילה פארן קריג. ווען מיר זענען אריין אין סטאציאן צו גיין אין מעטרא, האט די מענטש וואס האט געלעכערט אונזער קארט געווען איבעראשט פון אונזער אויסזעהן און די פארב פון אונזער ספעציעלע מעטרא- טיקעט.
"פון ווי קומט עטס?" האט ער אונז געפרעגט מיט נייגער. "פון אוישוויץ" האב איך געענפערט. אביסל איבעראשט און פארוואונדערט, האט ער געענפערט: "אוי! איר זעהט נישט אויס אזוי שלעכט פאר געפאנגענע. עס האט נישט געמוזט זיין צו שווער דארטן. די מעטרא איז אנגעקומען. איך האב זיך געמוזט צוריק האלטן נישט צו אים ווארפן מיין עפל אין זיין ריכטונג.
איך בין געווען זייער געטראפן פון זיין קאלטע רעאקציע. ווי קען ער זיך אנפאנגען פארצושטעלן דעם גיהנום וואס איז געווען אין די לאגערס. איך בין אנגעקומען אן רו קאדע און איך בין צוגעגאנגען גראד צו די אויפזעערין פון די שוהל. איך האב איר געפרעגט אויב זי קען רב שטערן און ווי איך קען עם טרעפן. "איך קען נישט קיין איין שטערן אדער ראבינער מיט דעם נאמען".
האט זי געענפערט. איך בין אזוי זיכער געווען צו טרעפן מיינע עלטערן. דאס איז געווען מער ווי איך האב געקענט פארנעמען. איך בין אראפ געפאלן אין גע'חלש'ט. די אויפזעערין האט מיר דערמונטערט מיט בראנפין. "ענטשולדיגט, איך דארף אייך מסביר זיין..." האט זי איידל געזאגט, "ביטע, איך מוז דיר געבן צו פארשטיין, איך האב דא נעכטן אנגעפאנגען צו ארבעטן...".
ווען איך האב דאס געהערט , האב איך זיך בארואיגט. פארוואס האט זי דאס נישט גלייך געזאגט?! איך בין אריבער געגאנגען די גאס צו די דיאמאנט קלוב. מיינע אויגן האבן אויפגעכאפט א מאן וואס האט אויסגעזעהן א איד. "ביטע זאג מיר, קענסטו הרב שטערן? ווייסטו וואו ער וואוינט? און זיין ווייב?" "זיכער קען איך הרב שטערן" האט ער געענפערט.
איך קען זיין פרוי, זיינע קינדער און זיין משפחה. איך קען אפילו זיין אדרעס. זיי זענען צוריק געקומען קיין פריז נאכדעם ווי זיי זענען געווען פארשטעקט אין מזרח פראנקרייך בשעת די קריג". ער קוקט מיר אן מיט א פראגע. "העי, זענט איר נישט צופעליג די טאכטער וואס איז געווארן דעפארטירט?" טרערן זענען גערינען אויף מיינע באקן.
איך האב לאנגזאם געשאקלט מיט מיין קאפ נישט קענען צוריק האלטן מיינע געפילן. "אזעלכע גוטע נייעס! אויב די ווארסט מיר דא פופצן מינוט וועל איך דיר פערזענדליך אהין נעמען. וואס פארא פרייד וועט עס זיין פאר דיינע עלטערן און די אידישע קהילה דיר צוריק צו זעהן". האט ער אויסגערופן.
איך האב פראבירט פון דעם פרייליכן באגעגעניש צו געוואויר ווערן נייעס אויף די מיטלידערס פון אונזער משפחה. געלויבט דעם אויבערשטן בין איך געוואויר געווארן אז אלע לעבן. מיט א פאר איידעלע
ווערטער האב איך געדאנקט ה' פאר זיינע גרויסע חסדים! מיין חלום איז געווען א נבואה. עפעס טיף אין מיר האט מיר געזאגט אז איך וועל זיי טרעפן. אוי ווי איך האב געגארט צו הערן אזעלכע גוטע נייעס?
איך האב זיך אביסל בארואיגט, אים געדאנקט, און גאפרעגט: "איך וויל אייך נישט מטריח זיין", האב איך אים געזאגט "ביטע גיבט מיר זייער אדרעס, איך וועל זיך שוין אן עצה געבן זיי צו טרעפן אליין". עס וואלט געווען מיין פארגעניגן.
איך ברויך ביז אין א האלבע שעה ערלעדיגן עפעס א געשעפט, אבער אזוי ווי איך זעה זענט איר זייער אום געדולדיג, וועל איך אייך יעצט נעמען אהין אן צו אפשטיפן". פארהארטעוועט פון די אכזריות אין די לאגערס, בין איך שוין מער נישט געווען צוגעוואוינט צו אזא העפליכקייט.
"אבער זאג מיר צו איין זאך", האט דער איד ווייטער געזאגט, "אז איך בין געווען דער ערשטע מענטש וואס האט דיר מיטגעטיילט די גוטע נייעס וועגן דיינע עלטערן". איך האב אים עס צוגעזאגט און מיר זענען אים נאכגעגאנגען ביז צו רו פאבור סען דני ווי מיינע עלטערן האבן געוואוינט.
ס'איז געווען נאנט צו די באן הויף גאר די נארד ווי איך בין א פאר טעג פריער אנגעקומען פון בעלגיע קיין פריז. איך האב אנגעפאנגען צו גיין אין אנפאנג גאס ווען איך האב געזעהן מיין שוואגער אזען לאך. דער מאן וואס האט אונז באגלייט האט געזעהן אז מיר זענען אין גוטע הענט. "איך זעה אז די האסט געטראפן א מיטגלידער פון דיין משפחה.
איך לאז ענק דא, אבער פארגעסט מיר נישט!". איך האב דעם מענטש קיינמאל נישט פארגעסן. איך געדענק נישט זיין נאמען, אבער זיין פנים און זיין מיטגעפיל זענען אויף אייביג איינגעקריצט אין מיין זכרון. מיין שוואגער האט ארויף גענומען מרים מיט מיר צו מיין עלטערן'ס דירה.
מרים האט מסכים געווען צו בלייבן מיט מיר אפאר וואכן איידער זי וועט אפפארן קיין ליאון ווי זי האט געהאפט זיך צוזאמען צו טרעפן מיט איר מוטער. מיין שוואגער האט אונז איבער געלאזט ביים שוועל פון די טיהר. "מרים, ווילסט אפשר קלינגען אין קלינגער פון די דירה" האב איך איר געבעטן. "וואס ווילסטו איך זאל זאגן פאר דיינע עלטערן?" האט זי געפרעגט?
"זאג זיי פשוט אז די ביסט געקומען ברענגען גוטע נייעס וועגן זייער טאכטער", האב איך געענפערט. איך וויל זיי איינשפארן דעם שאק פון מיר זעהן פלוצלינג, נאר שטייטליך זיי צוגרייטן". זי האט געשאקלט איר קאפ פאר א הסכמה און האט געקלינגען ביי די טיר.
קאפיטל 22 פרייליכע פאראייניגונג דער טיר האט זיך געעפנט, און מרים איז אריינגעגאנגען און געלאזט דער טיר אפן. איך האב געהערט מיין עלטערין'ס שטימע אין שטוב. איך האב געקעמפט זיך איינצוהאלטן און נישט אריין גיין, אבער איך האב זיך נישט געקענט מער איינהאלטן. איך האב זיך אריין געריסן אין צימער. ס'איז אוממעגליך צו בארשרייבן די שטארקע געפילן פון יענע מאמענט.
טרערן זענען פריי גערינען אויף מיינע באקן. איך האב נישט די טיר האט זיך געעפנט און מרים איז אריין געגאנגען און געלאזט די טיר האלב וועגס אפן. איך האב געהערט מיין עלטערין'ס שטימע אין שטוב. איך האב נישט פראבירט זיי אפצווישן אדער זיך איינהאלטן. איך האב געוויינט און געוויינט. די גאנצע איבערלעבעניש, די גאנצע ווייטאג.
די שווערע נסיונות וואס זענען אויף מיר פאריבער און אנגעפילט מיין מח. אבער בעזרת ה' בין איך אינדערהיים צוריק. מיין מוטער רייצל האט מיר שטארק געדריקט אין אירע הענט. זי איז שרעקליך פארעלטערט געווארן וועגן די צרות.
זי האט מיר פארציילט אז זי פלעגט אפט שפאצירן צו גאר דע נארד מיט מיין בילד, אזוי ווי די אלע אנדערע מענטשן וואס איך האב געזעהן ביים אנקומען ביי די באן סטאציאן אין גאר דע נאכד, וואס האבן געפרעגט נייעס און געוואלט עפעס געוואויר ווערן וועגן זייער משפחה. זי האט מיר נישט געוואלט אפלאזן. איך האב איר אויך נישט.
זי, אזוי ווי מיר, איז געווען איבערגענומען פון דעם צוזאמענקום. צו זעהן אונזערע באליבטע, צו זעהן א חלום זיך פארווירקליכן. דערנאך האט מיין טאטע ז"ל רבי יודא גענומען דאס ווארט. "הודו לה' כי טוב! גיטל, איך האב געוואוסט אז די וועסט טרעפן א וועג צוריק צו קומען צו אונז". איך האב פראבירט צו באשרייבן מיינע ווייטאגליכע איבערלעבענישן.
ס'איז געווען אזוי פיל צו שמועסן. אייצלהייטן און געשעענישן זענען ארויס געשווימען פון מיין מויל. האבן זיי מיר געגלייבט? קענען זיי דען פארשטיין און זיך פארשטעלן אין וועלכן גיהנום איך האב זיך געפינען אין מיין ארבעט? איך האב תפילה געטוהן זיי זאלן מיר גלייבן. אבער איך האב נישט געקענט האבן קיין טענות טאמער זיי פארשטייען נישט.
דאן האב איך זיך ארום גענומען מיט מיין שוועסטער און איר געקישט. איך האב פארגעשטעלט מרים צו מיין משפחה. ס'איז נישט קיין ספק אז זי האט יעצט אויך געטראכט פון איר משפחה פון פאר די קריג. טראץ דעם וואס איך האב זיך ביי איר געבעטן צו בלייבן מיט אונז, האט זי זיך אפגעזאגט.
זי האט מיר צוגעזאגט אז זי וועט מיר באטייליגן מיט די נייעס, אבער מיט איר איידלקייט האט זי נישט געוואלט צושטערן אונזער פרייד. איך בין געווען אזוי איבעראשט צו טרעפן מיין משפחה, אז איך האב פארגעסן צו בעטן איר אדרעס. זי איז צוריק געגאנגען אין לוטעציא האטעל וואס האט איר געדארפט העלפן אנצוקומען אין ליאון. מער האב איך איר נישט געזעהן.
אסאך יאהרן שפעטער האב איך איר באגעגנט. מיין באגעגעניש מיט מרים איז געשעהן אסאך יאהרן שפעטער. בערך צען יאהר צוריק ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל, בין איך געווען אין א גרויסע סופערמארקעט אין ירושלים, מיטן נאמען "המשביר". מיט מיין טאכטער סילווי און מיט מיין אייניקל בת שבע.
מיין אייניקל איז פארשוואונדן געווארן און האב איר הויעך גערופן א פאר מאל ביים נאמן, ווייל איך בין געווען אביסל דערשראקן. אביסל שפעטער איז מיין אייניקל צוריק געקומען באגלייט מיט א פרוי, מיט א טורבאן אויף איר קאפ. "דערקענסט מיר נישט?" האט געפרעגט די פרוי! (40 יאהר שפעטער!) "ניין" האב איך געענפערט. אבער
קוקנדיג בעסער, האב איך דערקענט מיין מרים. "איך האב דיר דערקענט פון דיין שטימע". האט זי מיר געזאגט "דיין קול האט זיך נישט געטוישט און דו אויך נישט. איך קען נאך אלץ הערן ווי די ווארנסט מיר איך זאל נישט אלעס אויף עסן אין איין מאהל כדי נישט קראנק צו ווערן". מיר זענען געפאלן איינער אויפן אנדערנס הענט.
איך האב איר געפרעגט פארוואס זי האט זיך מיט מיר קיינמאל נישט פארבינדן. האט זי מיר געענפערט אז זי האט קיין שום איבערלעבער פון איר משפחה. איר מאמע איז א פאר טעג פאר איר אהיים געקומען און נפטר געווארן. איר טאטע וואס איז מיט איר צוזאמען געווארן דעפארטירט איז נישט צוריק געקומען.
אן קיין שום משפחה האט זי זיך פארבינדן מיט די "דזוינט", די אמעריקאנער אידישע געזעלשאפט וואס האט איר געשיקט קיין ארץ ישראל. זי האט נישט געשריבן ווייל זי האט נישט געוואלט פארדארבן מיין פרייד מיט מיין צוריק טרעפן די משפחה. היינט, האט זי א משפחה ב"ה. א מאן מיט פיר וואוילע זוהן. אלע לערנען אין א ישיבה. זי ארבעט און איז ב"ה גליקליך.
איך בין אויך, ווייל איך האב איר געטראפן. ס'איז נאר אין ארץ ישראל וואס אזעלכע באגעגענישן קענען פארקומען.
קאפיטל 23 פרילינג מיט האפענונג ס'איז געווען שווער צו לעבן מיטן היינט און צוריק אויפבויען א נייע לעבן אן זיך צו באהעפטן און דערמאנען דעם פארגאנגענהייט. איך בין געשטאנען ביי א שרעקליכע נסיון, ווי אזוי דארף איך האנדלען מיט מיינע פארגאנגענע יאהרן?! די פראגע איז ווי אזוי דארף איך יעצט ממשיך זיין מיין לעבן, וועלכע וועג דארף איך נעמען צו גיין ווייטער.
איך האב געוואוסט אז איך מוז אנטלויפן פון דעם פארגאנגענהייט. איך דארף אוועק לויפן פון מיינע זכרונות. ס'איז אבער נישט געווען אזוי פשוט, ביינאכט בין איך דאך געווען ארום גענומען מיט עס. עס. לייט. ס'איז געווען שטערקער ווי מיר.
אין מיינע חלומות האב איך געזעהן די ווילדע הינט און די שלעכטע קאפאס וועלכע זענען אלעמאל געווען גרייט אונז צו שלאגן מיט די גרעסטע רציחה. די ענדע פון די מלחמה האט נישט געמאכט אן ענדע צו די קאשמארן מיינע! די געראנגל פארן לעבן האט ממשיך געווען אין חלום. דער קאמף צו זיך צוריק צוגעוואוינען צו א נארמאלן לעבן איז געווען גרויס.
אזוי ווי אנדערע איבערלעבער, האב איך געדארפט לערנען ווי אזוי צו עסן און טרינקען. איך האב זיך געברויכט צו אויסלערנען צו שלאפן אויף א בעט און נישט אויף א האלץ. איך האב געדארפט באהערשן מיין פחד אז מיין לעבן איז יעדע מינוט אין א געפאר! די שווערסטע נסיון פון אלע איז געווען צו האנדלען מיט דעם פארלוסט, מיט די טראגעדיע וואס האט געפאלגט מיין דעפארמאציע.
איך, אזוי ווי אנדערע איבערלעבערס, זענען געווען פארביטערט וועגן זייערע פארלוסט פון זייערע באליבטע, די וואס זענען פארשוואונדן און וועלן קיינמאל נישט צוריק קומען. יעדער איינער וואס איז געווען אין לאגער האט מיטגעפילט מיטן צווייטן וואס האט פארלוירן זיין משפחה.
אונז זענען אלע געווען , אין א וועג אדער די אנדערע, אלמנות, יתומים, קינדערלאזע עלטערן און געשוויסטער און שוועגערין'ס וועלכע האבן מיר שטארק מחזק געווען. דאס האט מיר געשטארקט, שטייטערהייט זיך צוריק צוגעוואוינט צו א נארמאל לעבן. אזוי ווי מיין פאטער איז געווען א רב, ר' יודא לייב שטערן, איז ער געווען אין קאנטאקט מיט מענטשן פון פארשידענע קרייזן.
מען איז געקומען מיט אסאך באזוכן און באפעל מיט פראגן וועגן זייערע משפחות וועלכע זיי האבן געהאפט אז זיי לעבן נאך. יעדער האט געהאפט אז זייערע באליבטע האבן איבערגעלעבט. וואס האב איך זיי געקענט זאגן?
ווי האב איך זיי געקענט געבן צו פארשטיין אז מען קען נישט פארגלייכן די בילדער פון געזונטע מענטשן צו די דארע קערפערס וואס האבן זיך געדרייט אין די לאגערס, מיט פארלאשענע אויגן, אפגעשוירן די קעפ, אויסגעהונגערט אויף צרות מיט פונקט א נומער אויף די האנט אנשטאט א נאמן? ווי האב איך זיך געקענט פילן נישט שולדיג? איך בין געווען שולדיג אז איך לעב.
איך בין פאר זיי געשטאנען ווי א באשולדיגטע ווייל איך האב ב"ה איבערגעלעבט. איך האב געמוזט ענטפערן אין געבן צו פארשטיין פארוואס איך בין נישט געשטארבן. איך האב געקענט ליינען אין זייערע אויגן, זיי האבן געזוכט אן ענטפער, און איך אויך. איך בין געווען צו שטארק איינגעשטרענגט, איך האב געבעטן מיינע עלטערן צו אפשטעלן די באזוכן.
איך בין נאך אלץ מיד געווען און נישט געקענט באהאנדלען די געמישטע געפילן. רוב פון מיינע טעג האב איך
פארברענגט מיט זיך אראפ לייגן, נאך אלץ צו שוואך ארויס צו גיין. איך האב געוואויגן פונקט דרייסיג קילא ווען איך בין אהיים געקומען. איך, וואס פלעג זיך אזוי פרייען צו לעבן, בין יעצט געווען נישט מער ווי א שאטן פון מיר אליין, וואס האט קוים געקענט שטיין. איך האב זיך נישט געזארגט פאר קיין שום גשמיות'דיגע זאך וואס עס זאל נישט זיין.
די לאגערס האבן מיר געמאכט פארגעסן די ווערד פון וויכטיגע זאכן און ווערד פון געלד. די דייטשן ימ"ש האבן אונז אלעס צוגענומען: געלד, קליידונג, און דאס ערגסטע פון אלעם, אונזער פרייהייט. ס'איז געווען שווער צוריק ארויף קריכן צוריק אויפן בארג צו טרעפן צוריק די ווערדעס. ווי אזוי זיך צו באניצן מיט געלד איז מיר געווען שווער.
צוביסלעך, האב איך אנגעפאנגען צו רעאליזירן אז מען ברויך האבן געלד צו לעבן, ווייל איך האב באמערקט ווי שווער מיינע עלטערן האבן פונאנציעל, אפילו זיי האבן דערוועגן נישט גערעדט. איך האב זיך אנגעפאנגען זארגן. מיין מאמע ע"ה האט שווער געארבעט מיר צוריק צו שטעלן אויף די פיס און ווערן צוריק א מענטש. זי האט מיר אנגעוויזן צוביסלעך אויף א נארמאלערער וועג צו עסן.
איך פלעג ענדיגן די סעודה ביים טיש און דערנאך גענומען א לעפל און צוזאמען געקליבן אלע ברעקלעך. די ברעקלעך זענען צו מיר געווען ווי אן אוצר! מיינע עלטרין פלעגן זיך אנקוקן איינעם דעם אנדערן און געקלערט אז איך בין נאך הונגעריג. אבער איך האב גארנישט געוואלט זאגן. אפילו היינט, די פחד, נישט צו האבן גענוג צו עסן איז נישט פארשווינדן פון מיין באוואוסטזיין.
ווען איך שייל גרינצייג, שייל איך זיי אפ זייער דין ווייל איך קען נישט אויפהערן צו טראכטן אז די שאלאכץ וואלט געווען א הערליכע סעודה. די שלעכטע ערנערונג אין אוישוויץ האט אויסגעטריקנט מיין הויט, וואס איז צוקראכט דא און דארט. יעדן טאג האט מיין מאמע מיר איינגעשמירט מיט קרעם צו פארמינערן די וואונדן.
איך האב רעאליזירט ווי גליכליך איך בין אז איך האב ווער עס זאל מיר זארגן מיט אזא איבערגעגעבנקייט און טיילמאל איז עס געווען אויפן חשבון פון איר געזונט. מיין מאמע רייצל האט אין די פיר יאהר פון די קריג וואס מען איז געלאפן זיך פארשטעקן אין נאסע קעלערס זיך אנגעשטעקט מיט א קראנישע בראנשיט.
אויסגעשעפט פון די ארבעט און שווערע האראוואניע פון א גאנץ לעבן, איז פאר מיין מאמע געווארן שווערער צו קעמפן די קרענק. טראץ דעם אלעם , האט איר פנים געשיינט פאר פרייד און גליק אז זי האט מיר צוריק געטראפן. אפילו איך האב געזעהן וואס עס גייט פאר, האב איך נישט גאוואוסט וויאזוי ארויס צו ווייזן מיטלייד, מיינע טרערן האבן נישט געוואלט באגלייטן מיינע ווייען.
עס האט אויסגעזעהן אז איך בין צו אלעמען גלייך גילטיג, אפילו צו מיינע באליבטע. אין געגנווארט פון טויט. אפילו מיט באשיידענע מעגליכקייטן האבן מיינע עלטרין איינגעלאדנט רעגלמעסיג איבערלעבערס אן משפחה, און זיי אסאך מאל מכבד געווען מיט א מאלצייט. איינע פון זיי האט געמוזט האבן זיך איינגעשטעקט פון טיפוס.
אולגא און עזען'ס מיידעלע לאהל'ע האט געוואוינט ביי אונז, און אזוי ווי יעדעס קינד האט יעדער זיך געשפילט מיט איר און געקישט, איבערהויפט די וואס האבן אלעס פארלוירן. ס'איז געשעהן אן אימגליק אין איין נאכט, נאך דעם וואס לאהל'ע האט זיך איינגעשטעקט פון טיפוס איז זי געשטארבן אין מיין הענט.
איך בין געווען זייער דערביטערט און געהאט מיטלייד פאר מיין שוועסטער פאר וועמען ס'איז געווען דאס איינציגע קינד, אבער איך האב נישט געקענט וויינען, מיינע טרערן האבן נישט געוואלט רינען. איך בין געווען שטארק דערביטערט מיט מיין נישט קענען ארויס ווייזן מיינע געפילן פון מיטלייד אין איר טרויער.
מיין איבערלעבעניש געפיל אין געגנווארט פון גרויל, איז נאך אלץ געווען טיף איינגעאקערט אין מיר. דאס אראפשלינגען מיינע טרערן ביז די טיפעניש פון מיין וועזן, האט גענומען דערנאך א לאנגע צייט צו ווערן צוריק ענטפינדלעך און ארויס ווייזן געפילן.
איך האב באשלאסן צו ניצן די ניי געטראפענע פרייהייט צו טרעפן עפעס ארבעט. געקליידעט זייער איינפאך, מיט זאקן וואס האבן זיך נישט גוט געהאלטן אויף מיין מאגערע פיס, פלעג איך גיין אראפ און ארויף די גאס מיט לאנג פארגעסענע אבער דערקווינדיגע פרייד און קראפט. דאס צוריק זיין אויף די פריי איז געווען די שענסטע מתנה פון הימל. אלעס קען געשעהן.
אזוי ווי פרילינג, איז די האפענונג צוריק געקומען. אינטרעסאנט אז איך בין געווארן עמפינדליך צו אלעס וואס איז פרייד. ערגעץ ווי, די אויסשפריץ פון פרילינג האט דערשטיקט מיינע שמערצן און מיר אנגעוויזן צו זיך פירן מיט שמחה. איז עס דערפאר ווייל פרילינג איז א סימבאל אויף א באנייט לעבן? די אינטרעסאנטע אנעקדאקט האט מיר געקרעפטיגט.
א מאן, בלינד פון געבורט איז געזעסן אונטער א דעכל פון א געשעפט צו מאכן געלד. ער האט אראפ געלייגט א טעלער אין וועלכע די דורך גייער זאלן אריין לייגן ברייט הארציג געלד. די טאוול פאר רחמנות האט זיך אזוי געליינט: "אליין אין די וועלט, אן ארבעט, עסן אדער א צימער" א פאר מענטשן האבן אים באמערקט און זיין גרויסע טעלער איז געבליבן ליידיג.
א באקאנטער האט באשלאסן אז מען מוז שרייבן א בעסערע אויסשריפט. ס'איז טאקע געווען מיט גרויס הצלחה, די געלד האט זיך אריין געגאסן. איבעראשט, האט דער בלינדער געפרעגט וואס עס שטייט אויפן נייעם טאוול?. עס שטייט: "מארגן איז פרילינג, אבער איך וועל עס נישט זעהן". די צייט נאך די מלחמה איז געווען מיין פערזענליכע פרילינג.
די אומעט און קאלטקייט פון ווינטער איז געווען גוט אונטער מיר. דאס אוועק רויבן לעבן און חרבן פון לעבן איז אדורך. יעצט וועט בליען א נייע לעבן, א נייע עגזיסטענץ, א נייע סעזאן. יא, פרילינג איז אין די לופט. אין באגלייט צו דעם איז געווען די האפענונג אז א נייע לעבן זאל ארויס שפראצן. איך בין געווען זיכער אז מיינע באליבטע וועלן צוריק קומען.
איך בין געווען פארהייראט צו מיין מאן דריי מאנאטן פאר מען האט אונז ארעסטירט. אין אנפאנג בין איך געווען זיכער אז מיין מאן וועט צוריק קומען, אבער אן אן ערפאלג. די זיכענישן האבן גארנישט אויסגעברענגט. די האפענונג איז געווארן שוואכער אין שוואכער. ער איז נישט צוריק געקומען.
איך האב געהערט אז ער האט איבערגעלעבט דעם גיהנום פון אשוויץ, אבער ער איז טראגיש געשטארבן נאכן באפרייאונג ווייל זיין אפגעשוואכטער קערפער האט נישט געקענט זיך צוריק נעמען עסן. טראץ דעם ווייטאג, האב איך געוואוסט אז איך בין א בר-מזל. איך האב באוויינט און געזעצן שבעה נאך מיין מאן. איך בין געוועהן דערביטערט מיטן פארלוסט פון מיין שוועגערין און מיין קינד.
ווי טייער און אומשולדיג איז ער געווען, וואס קוים האט ער געזעהן די טאג ליכט, איז ער אום געקומען אין דעם גיהנום אויף דער ערד. די אלע צרות זענען שווער געווען צו טראגן. מיינע עלטערין זענען געווען זייער איבערגענומען פון מיין טרויער. דריי יאהר נאכן אהיים קומען האבן זיי מיר איידל געפרעגט צו איך וויל אנהייבן א נייע לעבן.
איך האב א ווארט דערפון נישט געוואלט הערן. אלץ א רב אין רש"י שול, האט מיין טאטע, ר' יודא לייב שטערן געהאט א קליין געהאלט. ער האט ליב געהאט זיין שטעלע און זיך איינגעשטרענקט ווי ווייט מעגליך, ווייל ער האט ליב געהאט זיין ארבעט. איך בין געווען די איינציגע קוואל פאר פרנסה פאר מיינע עלטערין. אן אנדער אורזאך איז געווען אין וועג איך זאל חתונה האבן.
איך האב נישט געוואלט חתונה האבן מיט א מאן וואס האט נישט איבערגעלעבט די לאגערס. איך האב געפילט, אז נאר אן איבערלעבער וועט מיר פארשטיין. איך האב אויך מורא געהאט אז מיינע איבערלעבענישן אין אוישוויץ וועלן מיר שטערן צו האבן קינדער און אויפשטעלן א שטוב.
מיין טאטע וואס האט גערעדט מערערע שפראכן, האט רעגלמעסיג באגעגנט איבערלעבער פון אוישוויץ וואס האבן געדארפט האבן א וועג ווייזער. ער פלעגט זיי מחזק זיין און העלפן וויפיל ער האט געקענט.
ער פלעגט זעלבסט פארשטענדליך זעהן צו ער זעהט א פאסיגער שידוך פאר מיר. טראץ דעם וואס איך האב זיך קעגן געשטעלט. עס האט מיר טאקע גענומען צוויי יאהר צו באשליסן אז מען מוז צוריק אויפבויען א שטוב. איין טאג האט מיין טאטע פארגעשלאגן א פאסיגע שידוך. קענענדיג מיין טאטן, האב איך געוואוסט אז מיין טאטע האט געזוכט א בן תורה.
דער יונגערמאן איז געווען הויעך, גוט אויסגעזעהן און דער עיקר א גרויסע תלמיד חכם. זיין נאמן איז געווען שלמה דאווידאוויץ, געשטאמט האט ער פון סיגעט-מארמאראש אין רומעניע, ער איז געווארן דעפארטירט מיט זיין משפחה און איבערגעלעבט די לאגערס אזוי ווי מיר. אונז האבן חתונה געהאט אין 1997. איך בין ב"ה נישט געווען ענטוישט.
מיט גאט'ס הילף האבן אונז אויף ניי געגרינדעט א שטוב. מיר האבן געוואוסט אז מען קען נישט בויען מיטן אנווייזן אויף די פארגאנגענע אומגליק. די ווינטער איז אריבער און מיר האבן זיך באהאפטן צום פרילינג. צום האפענונג. מיר האבן ביידע באשלאסן נישט צו דערמאנען דעם פארגאנגענהייט. מיין מאן האט אויך פארלוירן זיין ווייב מיט פיר קינדער אין די מלחמה.
באהערשנדיג אונזער הארץ קלאפענישן, אין פחד, האבן אונז זיך באשעפטיגט מיט טויזנט זאכן. אונז האבן געהאט דאגות פון פרנסה אןן געזונט פראבלעמען, ווייל מיר זענען פון דארט נישט צוריק געקומען אין בעסטן מצב. אונז האבן געוואוסט אז מיר מוזן אזוי שטארק דאנקען דעם בורא עולם אין אונזער אמונה און בטחון און ה' וועט אונז איבער אלע נסיונות באגלייטן.
צו לעבן איז געווען א נקמה אין היטלער ימ"ש. פינעף לעכטיגע קינדער זענען אונז געבוירן אין פריז. משה איז געבוירן אין 1949, יעקב איז געבוירן אין 1950, פעסל אדל איז געבוירן אין 1953, שרה רבקה איז געבוירן אין 1956, און רייצל איז געבוירן אין 1961. דאס לעבן איז נישט געווען גרינג.
מיין מאן האט גערעדט א פאר שפראכן , פראנצויזיש איז נישט געווען פערפעקט, און פרנסות נאך די קריג איז נישט גרינג געווען. פון פרילינג איז געווארן זומער. די טעג זענען אדורך, די יאהרן זענען געפלויגן. הערליכע אייניקלעך פילן אן מיין לעבן. איך ווייס אז דער וועג פון לעבן איז געווען שווער צו פארן.
אבער איך בין געגאנגען ווייטער און ווייטער, קעמפנדיג פאר די בעסטע וואס די לעבן קען פארשלאגן. די לעבן איז אזוי טייער! אוישוויץ איז דאס שרעקליכסטע, נישט באגרייפטיגסטע, נישט צו פארשטייען'דיגע געשעעניש וואס איז געבליבן איינגעקריצט אלץ אן אנדענק ביים אידישן פאלק אין די גאנצע וועלט.
עס זענען אפשר דא מענטשן וואס וועלן אפשר פארגעבן , אבער קיינער וועט קיינמאל נישט פארגעסן. איך ענדיג מיט די האפענונג אז בעזרת ה' וועלן די קומענדיגע דורות שוין זוכה זיין צו ביאת גואל צדק בב"א.
קאפיטל 24 מיין עדות און גערעכטיגקייט פערציג יאהר זענען אריבער און יעצט האב איך גענומען די מוט און גייסטליכע כוחות צו אריין טראכטן אין דעם וואס איז אויף מיר אריבער אין די לאגערס. פאר מיר און אנדערע איבערלעבערס, איז געווען אן א שיעור שרעקליכע מאמענטן ווען מיר זענען געווען געפאנגען.
מיר האבן עס פראבירט צו פארגעסן און אויסמעקן פון אונזער מח כדי אנצוגיין מיט א נארמאלן לעבן. איך האב געפילט א שווערע פליכט אויף מיינע פלייצעס, איך האב געמוזט זיין די רעדנערן פאר די אלע וואס זענען נישטא. איך האב געמוזט פארציילן ווי אנדערע האבן געליטן.
איך האב ב"ה מצליח געווען צו פירן א נארמאלע לעבן, א דאנק דעם כח פון אמונה אין בורא כל עולמים, פאר און נאך די מלחמה. מיינע פרומע השגות אין בטחון און איבערצייגונג האבן זיך ארויס געוויזן פאר אן אום שאצבארן אוצר און א געטליכע מתנה. וואס איז א מענטש אן א רוחניות?
ווי קען א מענטש גיין און פארמיידן די שטרויכלונגען אויפן וועג פון זיין לעבן אן זיין רעליגיזער רוחניות'דיגער וועג ווייזער? איך האב באשלאסן אז דער כח פון אמונה , אין א מענטש וואס האט פארלוירן זיין פרייהייט צו זיין פארפלאגט און דערנידערט, געבט אים כח און מוט חוץ מדרך הטבע.
מיר האבן געוואלט צוריק בויען א שטוב ווי די קינדער זאלן זיין גליקליך, דעריבער האבן מיין מאן מיט מיר זעלטן ווען דערמאנט פון די שרעקליכע מלחמה און וואס עס איז אויף אונז אריבער. אבער דאס האט אונז נישט צוריק געהאלטן צו זיין אנוועזנד ביי אזכרות און מאניפעסטאציעס ווען מיר האבן נאר געקענט.
נאך פארשידענע פארלאנגען פון רעבעצין שלאמע, א לערערין אין יבנה שולע אין פריז, און אנפירערס אין אנדערע שולעס, האב איך מסכים געווען צו דערציילן פון מיינע איבערלעבענישן צו די סטודענטן. מיט מיין נייע פעטאגאגישע ראל, האב איך געמוזט זיין פארזיכטיג נישט צו טראמאטעזירן מיין צוהערערס. די עיקר איז אז זיי זאלן וויסן.
זייער אינטערעס און זייערע תמימות'דיגע פראגן האבן מיר געגעבן די מוט אנצוגיין ווייטער. מיינע קינדער האבן מיר אפיר געהאלטן פארוואס איך דערצייל מיינע איבערלעבענישן פאר אנדערע און נישט פאר זיי. איך האב פראבירט צו שרייבן מיין געשיכטע אויף פאפיר, אבער די אויפגאבע האט מיר דערמאנט צו פיל צרות.
איך האב אסאך מאהל אפגעשטעלט מיין שרייבן ווייל איך האב זיך נישט געקענט פארשטעלן ווי איך האב געקענט איבער לעבן די אלע צרות. עס קען נישט זיין אמת! איז עס א שרייבערס פאנטאזיע אדער עפעס אויסגעטראכט פון א בארירטן שרייבער? די ליידן וואס זענען נאך פריש געווען אין אונז פופציג יאהר שפעטער האבן מיר געשטיפט צו שרייבן ווייטער און עדות זאגן.
אז מענטשן זאלן האבן די מעגליכגקייט צו פארקוקן אויף די חלק פון די היסטאריע, געשיכטע. איך האב מיר אסאך מאל געפרעגט די שאלה, ווי אזוי בין איך לעבן געבליבן נאך אזא שרעקליכע גיהנום? איך האב געפרעגט די שאלה פאר א פארנעמער רב וואס האט מיר געענפערט:"דו זאלסט קענען עדות זאגן , וויסנדיג דאס פריער אדער שפעטער וועסטו עס טוהן.
אז דער באשעפער האט מיר געלאזט א צווייטע מאהל לעבן, איז עס צו קענען עדות זאגן און דערציילן. איבערצולעבן איז געוועהן א מתנה פונם באשעפער וואס האט אונז פארפליכטעט. איך האב נישט אויפגעהערט מיר צו פרעגן וואס קען איך עפעס טוהן פאר די וואס האבן נישט איבערגעלעבט. זייער אמבאסאדער איז געווען די בעסטע וועג צו זיי האלטן לעבעדיג אין מיין זכרון.
אויף דעם אופן טוהן זיי ממשיך זיין צו לעבן אין אונזער מח. דאס איז געווען מיין ערשטע פליכט. היינט באשטייט די באשרייבונג אין פראנצויזיש, ענגליש, דייטש און עברית. ווען נישט מיין אינגסטע טאכטער
וואלט מיר געשטיפט אראפ צו לייגן מיינע טרויעריגע זכרונות אויף פאפיר, וואלט דאס ביכל נישט ערשיינען. זי האט מיר מחזק געווען און געמוטיגט איך זאל פאראייביגן די געשעענישן. צום היינטיגן טאג געפונען זיך די ביכער אין שולעס כדי די מחנכים זאלן דערפון רעדן. צום היינטיגן טאג קענען שוין מיינע קינדער וויסן דעם אמת אן צו זיין פון דעם טראמאטיזירט.
די אידישע טראדיציע לערנט אונז אז ליידן גיבט קיינעם נישט קיין פריווילעגיעס, אלעס ווענדעט זיך ווי אזוי א מענטש רעאגירט צו דעם. איך האב אויף דעם ביישפיל געפירט מיין לעבן. ווי אזוי האט די באשעפער געקענט צולאזן אזא זאך? דאס איז די פראגע וואס אסאך פרעגן זיך. דאס קען דעם מענטשנ'ס באגרעניצטע מח נישט פארשטיין.
אבער א איד דארף איבערגעבן פאר זיינע קינדער און דורות צו באקומען דער כח פון אמונה און בטחון אין באשעפער אין אלע אומשטענדן. ער דארף זעהן דאס גוטע אין יעדן איינעם און פילן א גרויסן זכות אז ער באלאנגט צום אידישן פאלק און טוט דעם רצון ה'. יעדער איינער פון אונז איז געבוירן עפעס אויף צו טוהן אויף דער וועלט, אפילו זיין לעבן ענדיגט זיך ח"ו פלוצלינג.
איך דערמאן זיך מיין טאטן'ס קלוגע ווערטער: "ס'איז נישט נאר די לענג פון די לעבנ'ס יאהרן וואס איז וויכטיג, ס'איז אויף די קוואליטעט פון לעבן, דאס ציילט". אדער אזוי ווי א פילאזאץ האט געזאגט: "דו דארפסט צולייגן לעבן צו די יאהרן, אין נישט יאהרן צו די לעבן". איך געדענק א באמערקונג פון ר' יעקב טאלעדאנא ז"ל האט געזאגט נאך איינע פון מיינע דרשות.
ער האט געפונען א רמז אויף מיין איבערלעבן די קריג, אז מיין נאמער פון האנט-16608 ווען די רעכנסט צוזאמען 16608 איז 21. אין לשה"ק איז די אותיות פון אהי', א געטליכן נאמען, וואס טייטשט זיך "איך וועל זיין" (איבערלעבן). מיינע עלטערן ז"ל זענען רואיג אוועק פון די וועלט, פילנדיג אז זיי האבן אויפגעטוהן אין זייערע לעבנ'ס טעג.
איך האב געזעהן אסאך טויטע מענטשן אין די לאגערן, אסאך זענען אוועק פון די וועלט און אויף זייערע פענימער האט מען דערקענט זייערע ליידן. אבער מיינע עלטערין האבן געהאט א רואיגע אויסדרוק אזוי ווי זייער פליכט האבן זיי געענדיגט אויף די וועלד געהעריג. זאלן זיי רוהען אין לעכטיגן גן עדן... עס איז זייער אינטרעסאנט ווי אזוי די לעבן דרייט זיך.
צוויי פון מיינע אייניקלעך זענען געפארן מיטן שולע קיין אוישוויץ מיט א שולע רייזע. איינע פון זיי איז געשטאנען דאווענען ביי א בלאק צו זאגן א פאר קאפיטלעך תהילים לע"נ דאס קינד וואס איז מיר געבוירן געווארן אין אוישוויץ. ווארשיינדליך פונקט ביים בנין ווי איך האב געהאט דאס קינד.
ס'איז אינטערעסאנט ווען זיי זענען צוריק געגאנגען אין האטעל האט מיין אייניקל בת שבע באקומען א באריכט אז איר מאמע שרה רבקה האט געבוירן א זעקסטע קינד, א אינגל, דאס איז געווען די טאג פון מיין געבורט'ס, ווען זי האט געדאוונט פארן קינד וואס איז געווארן אוועק געריסן פון לעבן, ער האט קיינמאל נישט באקומען א נאמען, זכרונו לברכה.
די האפענונג צו לעבן האב איך שטארק געפילט ווען איך בין געווען ביים כותל המערבי אין ירושלים. איך בין געווארן זייער איבערגענומען צו זעהן וואס עס איז איבערגעבליבן פון אונזערע הייליגע ביהמ"ק. עס איז מיר אין אוישוויץ קיינמאל נישט געקומען צום חלום אז איך וועל האבן די זכות און פרייד צו שטיין פאר די וואנט פון כותל המערבי!
די טרויער וואס האט מיר ארום גענומען האב איך געפילט, איז א שפיגעלע פון אידישן פאלק. טראץ דעם וואס אונזער פאלק גייט אדורך אסאך נסיונות: רדיפות, גזירות, צרות. אבער ביים סוף קומען זיי צוריק אהיים. ה' ראטעוועט אונז פון די שונאים'ס הענט , אזוי ווי דאס אייביגקייט פון די כותל המערבי! תפילה און אמונה איז דאס וואס געבט מיר און כלל ישראל כח צו לעבן תכלית'דיג.
אני מאמין באמונה שלימה, בביאת המשיח אני מאמין! יבנה ביהמ"ק במהרה בימינו, במהרה בימינו אמן!